בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#109 - יעדער קען האבן אן אייגענע הויז, מיט א שטארקע ווילן
פרנסה, דירה, ברכת המזון, מנין, רענט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ב שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קויף זיך א הויז, א שאד אוועקצאלן רענט, ענדערש קויפן און זיך אליינס צאלן די רענט.


יעדער קען האבן אן אייגענע הויז, מען דארף נישט קיין גרויסע געלטער צו האבן אן אייגענע הויז; מען דארף איין זאך, א שטארקע ווילן; מיט א שטארקע ווילן קען מען דאס באווייזן.


זיי נישט קיין בטלן, שפרינג אריין אין קויפן א הויז. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן פאר די תלמידים זיי זאלן קויפן הייזער, און ווען מען האט געפרעגט ווי אזוי מען באווייזט דאס, מען האט נישט קיין געלט? פלעגט מוהרא"ש זאגן די גראם: "אביסל בארגט מען, אביסל זארגט מען, ביז מען האט א הויז".


דאווען מיט מנין און בענטש ברכת המזון אין א סידור מיט שמחה - וועסטו זוכה זיין צו האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#108 - נעם די צוויי זיסע עצות, וועסטו ווערן א גרויסער צדיק
חסידות ברסלב, ישיבה, עצות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב דיר שוין אזוי לאנג נישט געזען, איך פריי זיך זייער צו זען דיין נאמען חודש'ליך, אז דו געבסט צדקה פאר די רענט קאמפיין וואס צאלט רענט פאר אלע אונזערע בנינים, פאר די מוסדות.


יעצט זע איך אז דו האסט נאך א געפיל צו די ישיבה; איך פריי זיך אז דו האסט נאך א געפיל, אזוי וועסטו אויך טון וואס מען האט געלערנט מיט דיר אין ישיבה, די שיינע עצות פון רבי'ן, די גרינגע זיסע וועג צו לערנען כל התורה כולה, די זיסע וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן דורך התבודדות ותפילה.


טייערער ברודער, הארציגער חבר, נעם די צוויי זיסע עצות פון לערנען און דאווענען - וועסטו ווערן א גרויסער צדיק, דו וועסט שפירן דעם אייבערשטן, וועסט קענען אנגיין אין לעבן; מיט אלע שוועריקייטן - וועסטו האבן כח ווייטער צו לעבן.

#107 - אויב גייט אריבער א וואך אן מעביר סדרה זיין, קען מען האבן א שאדן
משניות, מעביר סדרה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו העלפסט די ישיבה מיט'ן געבן צדקה פאר די רענט קאמפיין וואס זיי צאלן רענט פאר אלע אונזערע בנינים, דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן מיט גרויס שפע, מיט ברכה והצלחה.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט יעדן טאג לערנען חומש מיט תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, שטופ עס נישט אפ אויף פרייטאג, שבת, ווייל חס ושלום אויב גייט אריבער די וואך אן מעביר סדרה זיין - קען מען האבן א שאדן; מען קען פארלירן געלט, אדער א שאדן בגוף.


אויך בעט איך דיר, נעם זיך צום משניות, לערן יעדן טאג לכל הפחות איין פרק משניות; אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זיך נישט מייאש זיין, נאר זאג די ווערטער; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אין צריכין בלימוד, רק האמירה לבד", ביים לערנען דארף מען נאר זאגן די ווערטער; משניות וועט אויסרייניגן דיין נשמה, משנ"ה איז די אותיות נשמ"ה, משנה וועט דיר מאכן פאר אן ערליכער איד. משנ"ה איז די זעלבע אותיות ווי מְשַׁנֶּ"ה, עס איז משנה, עס טוט פארענדערן דעם מענטש צום גוטן. משנה וועט דיר באשיצן אין קבר פון ווערים און פון אלע מלאכי חבלה.

#106 - משניות וועט דיר אויסלייזן פון דיין גלות
משניות, משיח, ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעדע חודש ברענגען מיר די גבאים וואס נעמען צאם פון אנשי שלומינו צדקה פאר די רענט פון די ישיבה א ליסטע פון אלע נעמען ווער עס געבט און וויפיל מען געבט; איך פריי זיך צו זען דיין נאמען, איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, פריי זיך זיך כאטש צו זען דיין נאמען אז דו האסט נאך די געפיל צו העלפן די ישיבה וואו דו האסט געלערנט.


איך האף אז דו לערנסט נאך משניות; אמאל פלעגסטו מיר שרייבן יעדע מאל דו האסט מסיים געווען משניות, דאס האט מיר זייער מחי' געווען. משניות וועט דיר אויסלייזן פון דיין גלות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת".

#105 - איך וועל מתפלל זיין פאר אלעמען ל"ג בעומר אין מירון
צדקה, רענט, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט' אייר, כ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי, האסט אראפגענומען פון מיר די עול פון צאלן רענט פאר די ישיבה און בית המדרש אין וויליאמסבורג, אויך יעצט האסטו זיך אונטערגענומען צו צאלן די הוצאות פונעם נייעם שול אין בארא פארק.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך קומענדיגע וואך קיין ארץ ישראל, איך וועל זיין אין מירון ביי מיין טאטע שליט"א. וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט מיר אנגרייטן די נעמען פון אנשי שלומינו, זייער נאמען מיט די מאמעס נאמען; רוף אן אלעמען בעטן זייער נעמען, איך וויל מתפלל זיין פאר אלעמען, פועל'ן ישועות פאר אלעמען.


ל"ג בעומר איז זייער א גרויסע טאג, א הייליגע טאג; מען קען פועל'ן ישועות, בפרט ביי רבי שמעון אין מירון.


דארפסט נישט פרעגן זייערע בקשות, בעט נאר די נעמען זייערע.

#104 - נישט אפשטעלן נדבות פאר'ן רענט קאמפיין צו קענען גיין אויף די נסיעה
צדקה, מוסדות, בארד און פאות, רענט, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך זע אז דו העלפסט דיין ברודער ... אזוי געטריי מיט אלעס וואס ער טוט פאר די מוסד.


ער האט אויסגערופן נעכטן נאכט ביי די מלוה מלכה בנוגע די טשערעדי קאמפיין די יאר, אז מען קען שוין פון יעצט אוועקלייגן געלט, אזוי וועט מען קענען מיט קומען צו די נסיעה; זיי אים מסביר אז די אלע אינגעלייט און בחורים געבן זייער מעשר חודש'ליך פאר די רענט פון די ישיבה, יעצט וועלן זיי אפשטעלן די צדקה און דאס אוועקלייגן צו קענען מיט קומען צו די נסיעה, האט ער גארנישט אויפגעטון נאר אפגעטון; עס איז נישט גערעכט אפצושטעלן צדקות פון א גאנץ יאר צו קענען קומען צו די נסיעה, איך וועל רעדן מיט דיר פנים בפנים.


שטארק זיך מיט דיין צלם אלקים, ריר נישט אן דיין בארד און פאות. ווילסט גיין מיט קאלירטע שטרומפ וכו' - דאס אלעס וואקסט מען אויס, אבער דיין צלם אלקים לאז, שנייד נישט.


איך האף דו וועסט אנווארעמען די בחורים זאלן ארומגיין פורים צאמנעמען געלט פאר די ישיבה.

#103 - מיט'ן געבן פאר די רענט, ביסטו יוצא אלע צדקות פונעם מוסד
צדקה, מוסדות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן חודש'ליך מיט די רענט פאר די מוסדות; מיט'ן געבן דיין מעשר, דיינע צדקות – פאר די רענט, ביסטו יוצא אלע צדקות פונעם מוסד, אנגעהויבן מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, כולל, הדפסה און אזוי ווייטער, אפילו די שטעטל – אלעס ווערט געטון אינעם בנין הישיבה; איך בין דיר זייער מכיר טובה אויף דעם.


איך בעט דיר נאכאמאל איבער אויף די מעשה וואס האט פאסירט; איך וועל אכטונג געבן עס זאל מער נישט פאסירן, איך האף אז דו ביסט מיר מוחל. איך וועל ווייטער געדענקען נאר די גוטס וואס דו האסט מיר געהאלפן אלע יארן און אלע טעג.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און זיי פרייליך, מאך פרייליך דיין ווייב און קינדער, טאנץ מיט זיי; געדענק די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר.

#102 - מ'זאל אריינקומען צום מלוה מלכה - מסיבת הכרת הטוב
שטעטל, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געב איבער פאר די אינגעלייט אין שטעטל אז איך טו איינלאדענען אלע תלמידים מוצאי שבת צום מלוה מלכה - מסיבת הכרת הטוב.


אויב עס איז נישט צו שווער אריין צו קומען, פארשטייט זיך מיט'ן פולסטן רשות פון די ווייב, וועל איך זיך פרייען זיי צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - דו ביסט נישט אליין אויף דער וועלט
התחזקות, אשר בנחל, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו זען דיין נאמען צווישן די וואס העלפן צאלן רענט חודש'ליך פאר'ן בנין הישיבה, בית המדרש, כולל, תלמוד תורה, חתונה זאל, הדפסה, אפיסעס, בית התבשיל, וכו', וכו'; מיט'ן העלפן דעקן די רענט פאר'ן בנין הישיבה העלפסטו יעדע פרט ופרט אין ישיבה.


זיי נישט צעבראכן, זאג נישט אז דו ביסט איינער אליין אויף די וועלט, דער אייבערשטער איז מיט דיר, דער אייבערשטער וועט דיר נישט פארלאזן.


איך בין אויך איינער אליין, איך האב נאר דעם אייבערשטן דורך די לימודים וואס איך לערן פון הייליגן רבי'ן דורך מוהרא"ש.


זיי זיך קובע א שיעור קבוע אין ספר "אשר בנחל"; ווער עס לערנט אשר בנחל פאלט נישט, די הייליגע בריוו פון מוהרא"ש לאזט נישט פאלן, עס בלאזט אריין חיות, עס געבט לעבן.


ווען דו לערנסט די בריוו זאלסטו דאס לערנען בקול, נישט סתם ליינען מיט די אויגן; זאג ארויס די ווערטער הויך אויפ'ן קול שטייטערהייט, וועט דאס דיר מחזק זיין.


נאך אביסל ווערסטו אויך א חתן.

#100 - זיי ממשיך צו געבן "פרנס החודש" פאר די רענט
צדקה, שטעטל, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


אויף דיין פראגע, אז דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי יצ"ו, און דו ווילסט וויסן אויב דו זאלסט ממשיך זיין מיט די צדקה פאר די ישיבה וואס דו פלעגסט געבן ברוח נדיבה א פרנס החודש, אדער אנהייבן געבן די צדקה פאר וכו'.


אוודאי זאלסטו ממשיך זיין מיט'ן "פרנס החודש" פאר די ישיבה, העלפן דעקן די גרויסע הוצאות פון רענט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט קיינמאל נישט פארגעסן דיין עבר, זאלסט שטענדיג געדענקען דאס ערשטע מאל ווען דו ביסט ארויפגעקומען אין ישיבה וואס דו האסט דא באקומען, וועט דיר זיין א פשוט'ע זאך וואו דיין צדקה זאל גיין.


איך חזר זיך יעדן טאג וואס דער רבי האט מיר געגעבן און וואס מוהרא"ש האט געטון מיט מיר, דאס געבט מיר כח צו טון און טון און טון אן ערווארטן אז איינער זאל מיר זאגן יישר כח, א דאנק וכו', וכו'. ווען מען געדענקט וואס דער רבי געבט אונז דעמאלט איז גוט.


איך האב דיר ליב.

#99 - יישר כח פאר'ן העלפן דעקן די חודש'ליכע הוצאת הבנין
קינדער, מוסדות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


יעצט ווען מיר שטייען פאר דעם יום טוב שבועות ווען מיר גייען מקבל זיין די תורה וויל איך דיר דאנקען פאר'ן מיר העלפן צושטעלן א פלאץ פאר די בחורים און קינדער זיי זאלן האבן וואו צו לערנען, דורך דעם וואס דו העלפסט צו קענען דעקן די חודש'ליכע הוצאת הבנין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד) אז ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן האט ער געבעטן פון די אידן: "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגטס מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים, עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (תהלים ח, ג): מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", דאס זענען גוטע גאראנטיס, בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה.


זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער האט גענומען אונזערע קינדער פאר א גאראנטי אז מיר וועלן האלטן די תורה; דאנק איך דיר פאר'ן העלפן חודש'ליך דעקן די רענט אזוי געטריי אז מיר זאלן קענען אנגיין מיט די חדר, ישיבה און מיידל סקול.


א גוט יום טוב.

#98 - געדענק, נאר תפילה און סבלנות
רפואה, סבלנות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דו האסט מיר זייער מחי' געווען מיט די גוטע בשורה אז דיין ווייב תחי' שפירט זיך שוין אסאך בעסער - געלויבט דעם אייבערשטן.


דאס אלעס וואס זי שפירט זיך שוין רואיגער קומט צוליב דיינע און אירע תפילות, און אדאנק איר וויינען טאג נאך טאג.


איך האב אויך מתפלל געווען פאר איר זי זאל האבן א רפואה שלימה, זי זאל ארויסגיין פון איר עצבות און מרה שחורה. זי זאל צוריק קומען צו אירע כחות, צו קענען זיין א מאמע און ווייב.


געדענק! נאר תפילה און סבלנות!!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#97 - איך וויל דיר נאר ראטעווען
רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אויך מיר פאר'ן רעדן מיט דיר וכו', איך האב דא נישט קיין שום אינטערעסע נאר דיר צו ראטעווען פון בזיונות וכו'.


איך בעט דיר נאכאמאל, איך זע אז דו ביסט אנגעווייטאגט אויף מיר, וואס קען איך טון אז דו זאלסט נישט זיין פארווייטאגט?


וויפיל צייט האב איך מיט דיר געשמועסט? איך האב דיר אנגעגרייט פאר דיין חתונה און נאך די חתונה – אלעס נאר אז "דו זאלסט האבן א חיים טובים".


ליבער ... נרו יאיר, איך וואט צו הערן פון דיר.


איך בין דא צו העלפן אידישע קינדער זאלן האבן א גוט לעבן.

#96 - נעם הפצה פאר דיין פרנסה
שידוכים, הפצה, סבלנות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר דיין שידוך! קוק צו וואס מען איז זוכה אז מען האט סבלנות; האסט אזוי לאנג געווארט פאר דיין שידוך, יעצט זעסטו וואס דו האסט באקומען, אזא טייערע כלה תחי' און אזא שיינע ערליכע משפחה. זאלסטו שטענדיג געדענקען אז ביים סוף איז מען זוכה צו שיינע זאכן, מען דארף נאר האבן סבלנות.


יעצט אז דו גייסט חתונה האבן זאלסטו געדענקען וואס מען האט געטון פאר דיר און דו זאלסט עס ווייטער טון פאר אנדערע; זאלסט גיין הפצה ארויס צו העלפן אידישע קינדער. אזוי ווי מען האט דיר ארויסגעשלעפט וכו' זאלסטו ארויסשלעפן אנדערע אידן פון זייערע עבירות; עס איז נישט דא קיין גרעסערע רחמנות ווי א מענטש וואס טוט עבירות.


דאס זאלסטו נעמען פאר דיין פרנסה: "הפצה"; וועסטו האבן גרויס שפע.


הלוואי זאלן אלע תלמידים פון ישיבה נאר עוסק זיין אין "הפצה", יעדער איינער אין זיין תחום, וועלן מיר קענען צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן און האבן א חלק אין די גאולה. אזוי ווי דער ניגון גייט: "על ידי הפצת ספרי רבינו, נביא את משיח צדקינו", במהרה בימינו, אמן.


א גרויסן יישר כח פארן ארויס העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - שטיי אויף צופרי לערנען תורה
שלום בית, לימוד התורה, גמרא, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט קומען אינדערפרי צום שיעור גמרא; יעצט ווען דו האסט חתונה געהאט אין דו ביסט אין שנה ראשונה, דארפסטו זען צו קומען צום שיעור יעדן אינדערפרי.


א יונגערמאן דארף אויפשטיין אינדערפרי לערנען תורה; דאס איז א סגולה פאר שלום בית. דאס ברענגט חן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ה, יט): "אַיֶּלֶת אֲהָבִים וְיַעֲלַת חֵן", דרש'נען די חכמים (עירובין נד:): "שֶׁמַּעֲלַת חֵן עַל לוֹמְדֶיהָ", ווען מען לערנט תורה באקומען מען חֵן.


דעריבער זאלסטו זיך שטארקן און ווייטער קומען אינדערפרי לערנען דעם דף גמרא; ביי מיר איז מיין גאנצע חיות דער לימוד הדף בבלי און ירושלמי; ווען איך ענדיג פארלערנען אינדערפרי דעם דף בבלי און דעם דף ירושלמי שפיר איך ווי איך האב שוין אפגענומען מיין טאג.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו וועסט זיך צוריק באנייען און קומען לערנען; פארגעס נישט אז יעצט זענען דיינע שענסטע יארן, יעצט קענסטו לערנען תורה בטהרה.

#94 - מ'דערקענט דיין איבערגעגעבנקייט צו די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב נעכטן פארהערט דיין כתה, איך מוז דיר זאגן אז איך בין ארויס פון התפעלות ווי גוט זיי האבן געקענט די גמרא רש"י פון פרק לולב הגזול, ובעיקר פון זייערע גוטע מדות, ובפרטי פרטיות פון זייער שמחה. אלע זענען געזעצן אזוי פרייליך מיט דרך ארץ.


עס דערקענט זיך די איבערגעגעבענע ארבעט וואס דו לייגסט אריין אין זיי; וויל איך דיר מחזק זיין מיט די פאר שורות אז דו זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע דיינע כחות ווייטער אריינצולייגן אין די קינדער אמונה ויראת שמיים.


ווען דו לערנסט מיט די קינדער זאלסטו זיך פארשטעלן ווי דו רעדסט פאר גרויסע דערוואקסענע מענטשן – גדולי ישראל, אזוי וועסטו מצליח זיין און אנקומען אריין צו לייגן אין זיי דאס מערסטע וואס שייך.


זע צו טאנצן מיט די קינדער יעדן טאג אפאר מינוט מיט מוזיק; טו דאס נאך שחרית אדער נאך מנחה. אזוי וועט זיין א פרייליכע אטמאספער אין כתה, וועט זיי זיין גרינגער צו פארשטיין וואס מען לערנט.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.


 

#93 - לערנען שלחן ערוך הקטנים
סמארטפאון, לימוד התורה, הלכה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.


איך גיב דיר א מתנה א סעט שלחן ערוך הקטנים; עס איז דא די "שלחן ערוך הגדולים", וואס האט אלע נושאי כלים, נאכדעם איז דא די שלחן ערוך הקטנים וואס איז בלויז "מחבר און רמ"א"; זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין סעיף, אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן, אז יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן כט).


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט דיר שבת, דו האסט טייערע קינדער און א וואוילע ווייב; דו האסט מיר אזוי שטארק מחי' געווען ווען דו האסט מיר דערציילט אז דו האסט פארמאכט דיין סאושעל מידיע אקאונט זייט דו האסט געזען דעם קליפ פון "געוואלד טאטע'ס און מאמע'ס", און דו פארברענגסט מער אין שטוב מיט דיין משפחה.


איך דאנק דיר פאר דיין שטענדיגע הילף פאר'ן שטיין צו די מוסדות מיט א ווארימע הארץ; דאס אלעס וועט דיר צוניץ קומען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


געוואוין זיך צו זיך אויסצורעדן דיין הארץ צום אייבערשטן; גיי יעדן טאג אינדערפרי א שפאציר און שמועס דיר אויס דיין הארץ צום אייבערשטן. דערצייל אים אלעס וואס דו טוסט, זיי זיך מתוודה אויף אלעס מיט וואס דער יצר הרע איז דיר מכשיל, און בעט אים אויף ווייטער.


זיי געזונט און שטארק.

#92 - שפירט דערווייטערט פון די ישיבה
הפצה, ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.


דו האסט מיר נעכטן געזאגט אז דו שפירסט זיך דערווייטערט פון ישיבה וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א) אויפן פסוק (דברים לב, מז): "כִּי לֹא דָבָר רֵק הוּא מִכֶּם - וְאִם הוּא רֵיק - מִכֶּם", איז דאס פון ענק; דאס ווענדט זיך אין דיר אליינס. אסאך תלמידים שפירן אזא הרגשה נאכדעם וואס זיי גייען ארויס פון ישיבה, זיי דארפן עוסק זיין אין ברענגען פרנסה, ממילא קומט מען ווייניגער ארויף, הייבט מען זיך אן שפירן דערווייטערט, אבער דאס האט נאר מיט'ן מענטש אליינס.


דערפאר גיב איך דיר אן עצה, דו זאלסט עוסק אין הפצה; זאלסט מפיץ זיין פאר אידישע קינדער דעם רבינ'ס עצות, אזוי וועסטו זיין מחובר.


קוק גוט וועסטו זען אז די אלע "תלמידי היכל הקודש" וואס האבן גענומען "הפצה" פאר זייער לעבן, די אלע זענען פריש און ניי.


איך האב דאס געזען ביי די פטירה פון מוהרא"ש זכר צדיק וקדוש לברכה; די אלע תלמידים וואס זענען עוסק אין הפצה זענען נישט צעטומלט געווארן פון גארנישט, ביי די לוי' אליינס זענען זיי גאגאנגען הפצה.


אבער די אלע וואס זענען בבחינת מקבלים זענען געווארן אזוי צעבראכן, אפילו היינט ווען עס איז שוין אריבער אפאר יאר זייט די הסתלקות פון מוהרא"ש זענען זיי נאך אלץ בעצבות – ה' ישמרינו.


זיי א משפיע וועסטו שטענדיג זיין פריש און באהאפן צום רבי'ן.

#91 - נאר תורה בלייבט פונעם מענטש
לימוד התורה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מיין גאנצע חיות איז ווען איך זע דיר שבת זיצן און לערנען בהתמדה דיינע שיעורים כסדרן אין בבלי, ירושלמי און תוספתא; דאס בלייבט פונעם מענטש, אלעס אנדערש איז דמיונות.


איך בעט דיר טייערער ברודער, האלט זיך ווייטער שטארק מיט דיין עבודת ה'; סיי מיט'ן דאווענען און סיי מיט'ן לערנען. נאך אביסל וועסטו זען גרויסע נסים וואס דער אייבערשטער וועט מיט דיר מאכן.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.

#90 - א "שבת התוועדות" מיט א "סיום הש"ס"
סיום, לימוד התורה, גמרא, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' ויגש, ה' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האסט ארויסגענומען "קראון פלאזא האטעל" פאר קומענדיגן יאר אויף שבת פרשת ויגש ה'תש"פ הבא עלינו לטובה, וואו מיר וועלן פראווען א "שבת התוועדות" פאר אלע תלמידי הישיבה צוזאמען מיטן "סיום הש"ס", צו מחזק זיין אלע תלמידי היכל הקודש – בחורים און אינגעלייט זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן דורך מוהרא"ש וואס איז אונז מחזק צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא.


עס גייט מיר אין לעבן אריינצוברענגען אין אלע תלמידי הישיבה אז אלע זאלן וויסן אז מען דארף לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין בלאט גמרא; ווייל א מענטש אן תורה איז א טויטער מענטש, אן תורה איז מען א גרויס רחמנות.


היינט אז מיר האבן דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן דורך וואס יעדער איד קען לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, איז דאך מעגליך פאר יעדן איינעם צו לערנען; נישט קיין חילוק צי מען האט א גוטע קאפ אדער א שוואכע, יונג אדער אלט, ארעם אדער רייך.


איך וויל אז אלע אינגעלייט און בחורים זאלן קומען צו דעם שבת, אזוי וועלן אלע אנהייבן א' ויחי ה'תש"פ צו לערנען אינאיינעם מסכת ברכות לויטן סדר פון ש"ס כסדרן.


זיי מודיע פון דעם שבת פאר אלע תלמידים – סיי וואס לערנען נאך אין ישיבה, פאר די וואס קומען נאך צו די שיעורים און פאר די וואס זענען שוין ארויס פון ישיבה; דו ביסט דאך געווען פון די עשרה ראשונים ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה ווייסטו דאך אלע נעמען וכו'.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט פרובירן זען ביי די עירליין אויב זיי געבן צוריק געלט פאר אלע פאסאנדזשירן וואס האבן געהאט די דילע"י און האבן טרעוועל אינשורענס; אזוי וועל איך קענען שנעלער באצאלן דעם חוב וואס איך קום דיר פאר די טיקעטס.


שטארק דיר טייערע ... נרו יאיר אין תפילה והתבודדות; וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן, ווייל תפילה איז שטערקער פון אלעס. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט אויפן מאמר חז"ל (ויקרא רבה י, ה): "תְּפִלָּה עוֹשֶׂה מֶחֱצָה" אז דער פשט איז אז "תפלה העלפט", ווייל 'מֶחֱצָה' אויף אידיש איז טייטש 'העלפט'.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


...

#89 - לאז דיין ווייב רעדן צו איר מאמע און געשוויסטער
שלום בית, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' ויגש, ה' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך האף אז דו און דיין ווייב האבן הנאה געהאט פונעם שמועס וואס מיר האבן גערעדט.


דיר בעט איך זייער אז עס זאל דיר נישט באדערן אז דיין ווייב רעדט צו אירע געשוויסטער און צו איר מאמע; קודם כל איז נישט אויסגעהאלטן אז א מאן זאל נישט צולאזן זיין ווייב רעדן מיט איר מאמע און געשוויסטער. צווייטנס, דאס איז נישט קיין שכל'דיגע זאך, ווייל נישט דאס מאכט אז דער מאן זאל זיין בעל הבית אין שטוב, אז ער טיילט איין וכו'. בפרט אז דיין ווייב איז דיר אזוי געטריי און זי האט דיר אזוי ליב; עס באדערט איר אז דיר באדערט ווען זי גייט צו איר מאמע און געשוויסטער.


אויך בעט איך דיר דו זאלסט נישט זיין א קמצן אויף איר חשבון; אמת, מען טאר נישט אויסגעבן געלט וכו', אבער אז זי דארף א קלייד פאר די חתונה וכו' קענסטו איר נישט זאגן זי זאל אנטון א קלייד וואס דו האסט געשאפט אויב זי שפירט זיך נישט גוט אין דעם; עס איז נישט געפערליך צו קויפן א קלייד פאר הונדערט און פופציג דאללער אז דיין ווייב זאל זיין צופרידן.


און ווען דו גיבסט איר דאס געלט זאלסטו איר דאס געבן מיט הארץ, נישט ווי מען ווארפט א ביינדל פאר א הונט, זאגנדיג: "שוין, דא האסטו געלט! דאס וועט דיר פרייליך מאכן?!" זיי נישט נאריש ווען דו האסט באקומען אזא מתנה פונעם אייבערשטן.


איך וועל דיר נאך שרייבן מער; דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "אינעם ענין פון שלום בית וואלט איך געדארפט שרייבן אכט מאל מער ווי דעם גאנצן ליקוטי הלכות".


...


 

#88 - אין הימל איז א מלמד זייער חשוב
מלמדים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' ויגש, ה' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט, מיטן זיין א מלמד פאר די ריינע שעפעלעך – די תינוקות של בית רבן.


אין הימל איז א מלמד זייער חשוב, ווייל ער לערנט תורה מיט תינוקות של בית רבן וואס זייער תורה ותפלה איז זייער חשוב, אזוי ווייט אז אפילו משיח קומט אן און מען דארף האבן מענטשן זאלן העלפן אויפבויען דעם בית המקדש טאר מען נישט מבטל זיין חדר פאר דעם, נאר די קינדער דארפן בלייבן לערנען – אזוי פסק'נט דער הייליגער רמב"ם (פרק א' מהלכות בית הבחירה, הלכה יב): "עוֹסְקִין בַּבִּנְיָן מֵעֲלוֹת הַשַּׁחַר עַד צֵאת הַכּוֹכָבִים. וְהַכֹּל חַיָּבִין לִבְנוֹת וּלְסָעֵד בְּעַצְמָן וּבְמָמוֹנָם - אֲנָשִׁים וְנָשִׁים כְּמִקְדַּשׁ הַמִּדְבָּר. וְאֵין מְבַטְּלִין תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן לַבִּנְיָן".


עס פעלט נישט אויס אריין צו לייגן ארבעט און כחות אין ארט"ס ענ"ד קרעפט"ס, דער עיקר זאלסטו אריין כחות אז די קינדער זאלן זיין פרייליך; זינג מיט זיי ניגונים פון אמונה, טאנץ מיט זיי יעדן טאג און לערן זיי אויס ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן. די קליינע קינדער – ווי קליין זיי זענען – זענען זיי זייער ריין און תמימות'דיג און יעדעס ווארט וואס דער מלמד רעדט צו זיי גייט אריין אין זיי.


נאכאמאל, עס פעלט נישט אויס זיך צו צערייסן און אהיים שיקן א גרויסע צאל צעטלעך וכו', דער עיקר זאלסטו אנפילן די קינדער מיט יראת שמים און אמונה טהורה.


...

#87 - דרך ארץ אויפ'ן באס
מוסדות, דרך ארץ, משמש דעם רבי'ן, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' ויגש, ה' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גריס פון דיין טאטע'ן שליט"א; איך האב נעכטן גערעדט מיט אים, איך האב אים געזאגט וואס איך זאג דיר כסדר אז איך זארג זיך גארנישט וועגן א שידוך פאר דיר ווייל איך בין זיכער אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.


די באס טיטשער האט מיר געזאגט אז אמאל זענען דא קינדער אויפן באס וואס זענען חוצפה'דיג צו איר; נעכטן האט א קליין קינד פון דריי יאר איר דערלאנגט א באקס אין פנים. בעט איך דיר זייער דו זאלסט זען עס זאל זיין "דרך ארץ" אויפן באס.


אלעס ווענדט זיך אין "דיר"; אויב דו וועסט אכטונג געבן עס זאל נישט הערשן קיין "חוצפה" אויפן באס, וועט איר זיין גרינגער די ארבעט. די ארבעט פון די באס טיטשער איז צו ברענגען די קינדער צום טיר וכו', אבער עס איז נישט איר אויפגאבע זיך צו קריגן מיט די קינדער, בפרט מיט די אינגלעך וד"ל.


איך דאנק דיר נאכאמאל פארן מיר העלפן מיט אזא געטריישאפט.


איך בין זיך מחי' צו הערן יעדן ערב ראש חודש פון דיר אז דו האסט נאכאמאל געענדיגט ששה סדרי משנה; יעצטו ערב ראש חודש טובת האסטו מיר דערציילט אז דו האסט מסיים געווען די פיר און אכציגסטע מאל ששה סדרי משנה – וואו אין די וועלט הערט מען אזאנס, אז א בחור זאל האבן מסיים געווען ששה סדרי משנה פיר און אכציג מאל?!


אחי, חזק ואמץ!

#86 - אכטונג געבן וואו די קינדער דרייען זיך אין שול
קדושה, חינוך הילדים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, נר א' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך האף אז פון היינט און ווייטער וועסטו טון וואס מיר האבן גערעדט; איך וועל פרובירן אז דער בנין הישיבה ותלמוד תורה זאל זיין פארשפארט יעדן שבת ויום טוב אז קינדער און בחורים זאלן זיך נישט דרייען דארט אן קיין השגחה. אבער אויב דו זעסט אז כיתות זענען אפן זאלסטו ארומגיין בשעת'ן דאווענען כמה פעמים און ווען דו זעסט קינדער זיך דרייען זאלסטו זיי זאגן: "דער ראש ישיבה לאזט נישט דא זיין", נאר זיי זאלן זיין אדער אין בית המדרש אדער אינעם האלווע"י פארן בית המדרש וואו עס איז ליכטיג און מען דריידט זיך דארט.


מען דארף זייער אכטונג געבן אויף קינדער אז זיי זאלן אויפוואקסן בקדושה ובטהרה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "הָרָגִיל בְּנֵר - הַוְיָן לוֹ בָּנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים"; זאגט מוהרא"ש אז 'נר' מיינט מען צו זאגן דער וואס זוכט נאך זיינע קינדער אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן, אזוי ווי חז"ל זאגן (פסחים ז:): "חִפּוּשׂ מִנֵּרוֹת"; זעט מען אז 'נר' מיינט זוכן – דער וועט האבן גוטע קינדער.


אויב קינדער האבן א ריינעם יסוד איז אלעס גרינגער נאכדעם, ווייל אלעס ווענדט זיך אינעם יסוד.


אויך וויל איך דו זאלסט מיר איבערגעבן די נעמען פון אלע בחורים וואס דרייען זיך אין די ליידיגע קלאסן.


איך האב נישט קיין מנוחה ווי לאנג דער בנין איז אן א השגחה.


...

#85 - 'אמונה' און 'אמונת חכמים', איז דער יסוד אין לעבן
צניעות, חינוך הילדים, אמונה, אמונת חכמים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, נר א' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת  ... תחי'.


איך דאנק אייך פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלן ענק מצליח זיין אין אלע ענינים.


דער הייליגער רבי האט געהייסן פאר רבי נתן זכרונו לברכה אז ער זאל שרייבן חידושי תורה, און ביי צוויי זאכן זאל ער פארשפרייטן זיין פען; דאס הייסט ער זאל שרייבן באריכות ווען ער שרייבט איבער דעם ענין פון 'אמונה' און פון 'צדיק', ביי די צוויי זאכן זאל ער שרייבן אסאך, ווייל דאס איז דער יסוד אין אידישקייט.


דאס זעלבע איז ווען איר גייט לערנען מיט די מיידלעך זאלט איר אסאך רעדן צו זיי פון 'אמונה' און פון 'אמונת חכמים', ווייל דאס איז דער יסוד אין לעבן.


אויך זאלט איר אריינלייגן אין זיי 'צניעות'; דאס שיינקייט פון גיין אנגעטון איידל און די שכר וואס מען איז זוכה צו באקומען ווען מען גייט אנגעטון בצניעות. צווישן אנדערע איז מען זוכה צו גוטע קינדער, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ לְבָּנִים הֲגוּנִים".


הלוואי זאלט איר גיין אין סקול מער אפטער צו לערנען מיט די מיידלעך; סיי צו די עלסטע קלאס און אויך צו די יונגערע.


יישר כח.


...