בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיין אינדערהיים ווען מ'דארף
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מען טאר נישט אפשטופן וכו'; מען דארף זיין אין שטוב די נאכט פון וכו'. אפילו עס איז דיר שווער, דו האסט נישט קיין כח צו פארן.


סיי די פרוי טאר נישט אפשטופן און סיי דער מאן דארף זיין אין שטוב ווען זי גייט וכו'.


אן ערליכער איד לייגט אלעס אין די זייט צו קענען זיין אין שטוב מיט די ווייב אין אזא נאכט.


איך האף דו וועסט תשובה טון און ארויס פארן צו דיין ווייב, וועסטו זוכה זיין צו ברענגען די שכינה אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.