בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיין אפן איז די שליסל פאר שלום בית
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


וויסן זאלט איר אז אויב מען וויל האבן אמת'ע שלום בית דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן; אויב עפעס באדערט דארף מען דאס אויסרעדן, זיך אויפעסן פון אינעווייניג איז נישט דער וועג, ווייל דאס ליבשאפט קילט זיך אפ מיט די צייט.


ווען מען רעדט, מען דערציילט זאכן וואס באדערן דארף מען האבן שכל ווי אזוי דאס צו זאגן; שווייגן איז טאקע נישט קיין עסק, אבער רעדן דארף מען אויך וויסן ווי אזוי צו רעדן. מען האט אמאל דערציילט פאר רבי נתן אז עס איז דא אין שטאט א איד א גרויסער צדיק, ממש די גאנצע שטאט רעש'ט זיך מיט אים, און איינע פון זיינע גרויסע מדריגות איז אז ער איז א "שותק" - ער שווייגט. ער רעדט נישט, מען הערט נישט פון אים קיין איין ווארט; האט רבי נתן געזאגט: "דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף נישט שווייגן, מען זאל יא רעדן, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; דאס זעלבע דארפט איר וויסן, אז מען וויל האבן שלום בית דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן.


אנשטאט יענעם באשולדיגן דארף מען סתם אויסרעדן די ווייטאג, נישט זוכן צו קלאפן דעם אנדערן; מען שמועסט אויס זאכן וואס עס שטערט, אזוי ווייסט דער אנדערער וואס צו טון. אפילו אייער מאן וועט זיך נישט טוישן זיינע מידות וכו' אין איין מינוט, וועט אייך אבער זיין גרינגער און ער וועט וויסן על כל פנים אויף וואס צו ארבעטן וכו' וכו'.


ווערטס נישט פארלוירן, דער אייבערשטער וועט אייך נישט פארלאזן.