בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיין דער 'גבאי צדקה', צוזאמנעמען צדקה אויפצוהאלטן אונזער שול
צדקה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, ירושלים


איך וויל דיר בעטן צו העלפן אונזער שול היכל הקודש אין ירושלים, מיטן זיין דער 'גבאי צדקה' צוזאמצונעמען צדקה אויפצוהאלטן אונזער שול. איך האב אויך געשריבן פאר האברך ...; ענק ביידע נעם איך אויף פאר די הייליגע אמט.


בזכות משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן זאלסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.