בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פון זיין א לערערין אין בית פיגא וועט איר נאר פארדינען
לערערין, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען דאס גרויסקייט פון זיין א בית פיגא טיטשער, ווי מען בויט אויף די תלמידות מיט אמונה, און ליב האבן די תורה, ליב האבן די אידישע וועג; עס איז טאקע א שווערע ארבעט, מען קומט אהיים אויסגעשעפט פון די כוחות, אבער דאך לוינט זיך עס, ווייל עס בלייבט איבער זכותים פאר אייביג.


יעדער איינער דארף זיך מוטשען אויף די וועלט, נישטא אזא זאך זיך ארויסדרייען פון די פלאג פון די וועלט וואס רופט זיך 'עולם הזה', דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט), יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים, און אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן, נאר צום אייבערשטן און צו די תורה, מען דארף נעמען דעם 'עמל' וואס עס שטייט 'אָדָם לְעָמָל יוּלָד' און עס אריינלייגן אין די תורה 'אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה'; אז מען לייגט אריין די פלאג אין גוטע זאכן - בלייבט עפעס איבער פונעם מענטש, אבער אז מען פלאגט זיך פאר סתם זאכן - ווערט מען פשוט פארשווארצט.


איך קען אייך נישט זאגן צו בלייבן אין בית פיגא ווען איר זאגט איר האט נישט די כוחות, איר דארפט דאך האבן כח פאר אייערע קינדער, איך קען אייך נאר מחזק זיין אויף די הייליגע ארבעט, און זאגן אז פון זיין א טיטשער אין בית פיגא וועט איר נאר מרויח זיין. אז מען צאלט ווייניג איז נישט אמת; קען זיין אין דאלער איז דאס ווייניג, אבער וואס דער רבי באצאלט אין לעבן, וואס מען איז זוכה צו באקומען נאך אויף די וועלט - איז נישט משיג צו זיין.


די בעסטע זאך איז, זייט אייך מתבודד, בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך ווייזן וואס איז ריכטיג.


נאך איין וויכטיגע זאך, אונזער מנהלת פון בית פיגא דערציילט מיר, זי איז געווען אין ארץ ישראל יעצט אויף די הייליגע טעג, האט זי באזוכט ביי ענק אין סקול. זאגט זי, אזעלכע ווארעמע קליגע הארציגע טיטשערס ווי אייך און מרת ... און מרת ... - האט זי נאכנישט געזען, זי הערט נישט אויף רעדן פון די טיטשערס אין בני ברק סקול.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.