בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זייט זיך נישט מבלבל פון גארנישט, אז איר האט געהאט די זכי' ביז אהער צו מאכן די פרויען צאמקום און א צווייטער האט דאס איבערגענומען - זאל אייך דאס נישט שטערן, ווייל זיין א שמש ביים רבי'ן איז נישט קיין כבוד זאך, זיין א שמש ביים רבי'ן איז א שווערע ארבעט, און אז א צווייטער קומט און מאכט - דארף נישט באדערן.
ווען איך בין געקומען צום רבי'ן בין איך אנטלאפן פון האבן מיט מענטשן, פון פירן, מאכן, טון, וכו', ביי מיין זיידע אין שול בין איך געווען דער מאכער, און ווען איך בין געקומען צום רבי'ן האב איך זיך געפריידט אז איך קען זיצן אונטער מיין טלית און מיט קיינעם נישט האבן צוטון, און דאס איז געווען מיין פלאן, אזוי אויסצולעבן מיינע יארן, זיצן אין ווינקל לערנען און דאווענען, ביז מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו ווערן פון א מלמד - א מנהל, און פון א מנהל - צו עפענען אן אייגענע ישיבה, און פון א ישיבה - צו געבן שיעורים פאר אינגעלייט, און אינמיטן איז מוהרא"ש נסתלק געווארן, און איך שפיר זיך ווי איך גיי אין גאס און א מלמד שפילט אין א פארק מיט זיינע תלמידים, און דער מלמד רופט מיך און פרעגט מיר אויב איך קען פאר אפאר מינוט האלטן די קינדער, ער דארף וויכטיג אוועק גיין פאר אפאר מינוט. איך בלייב מיט די קינדער און איך ווארט דער מלמד זאל צוריק קומען, אבער איך שטיי און ווארט. אזוי שפיר איך ווי מוהרא"ש בעט מיר, יא רעד צו די בחורים און צו די אינגעלייט וכו'.
טוט וואס איר קענט צו העלפן אין בית פיגא, און טוט וואס איר קענט צו מאכן גוט שפירן די פרישע מקורבים, און מחזק זיין אלע ווייבלעך אין היכל הקודש.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.