בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך דאנק אייך פאר'ן מאכן צוויי מאל וועכנטליך א פרויען צאמקום, איינס מאנטאג נאכט און נאך איינס דינסטאג אינמיטן טאג פאר די פרויען וואס האבן נישט קיין וועג צו קומען ביינאכט. איר האט א גרויסע מצוה, ווייל דער וואס איז מחזק אידישע פרויען, אידישע מאמעס - איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; אידישע פרויען, אידישע מאמעס - זענען די עתיד פון כלל ישראל, זיי ברענגען קינדער, זיי זענען מגדל די קינדער און זיי זענען אזוי איבערגעשטרענגט מיט די ארבעט, זיי ווערן אראפגעשלעפט טאג טעגליך, און מען דארף אריינבלאזן אין זיי א רוח חיים. בפרט אנשי שלומינו וואס זענען נאך מער צעבראכן, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.), ווי גרעסער מען איז - אלץ מער צעבראכן ווערט מען, אזוי ווי די גמרא ברענגט דארט די מעשה, אליהו הנביא האט געזאגט פאר אביי ער זאל נישט זיין צעבראכן ווען ער זעט ווי פשוט'ע מענטשן האבן נישט די שווערע נסיונות, ווייל ווי מער צדיק מען איז - אלץ מער פארלייגט זיך די סטרא אחרא צו צעברעכן, און מוהרא"ש שרייבט אז מען קען געפינען צווישן תלמידי היכל הקודש באהאלטענע צדיקים, פון די ל"ו צדיקים וואס זענען מקבל אפי שכינתא בכל יום.
אויך א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס ענק טוען מיט די פרויען פאראיין (לעדיס עקזילערי) יעצט ביי די נשי חיל קאמפיין, און אזוי אויך דורך די יאר מיט אלעס וואס מען טוט פאר די קהלה. איין זאך וואס מען דארף נאך מתקן זיין, ווי אזוי מען קומט אן צו די פרויען וואס זענען איינזאם, וואס זענען בטבע צוריק געצויגן און זיי באווייזן זיך נישט, און זיי האבן נישט קיין פריינד, ווי אזוי מען קען זיי ליכטיג מאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.