בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זייער גוט אז דו שטרענגסט זיך אן צו ברענגען די קינדער צום לערנען
חינוך הילדים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זייער גוט טוסטו אז דו געבסט אוועק צייט - טאג איין טאג אויס - צו ברענגען דיינע בחורים צו נאכט סדר. איך ווייס אז עס איז דיר נישט קיין גרינגע זאך, איך זע ביי אנדערע איז דא וואס די בחורים קומען נישט לערנען צום נאכט סדר, זיי האבן נישט קיין וועג צו קומען, און דיינע בחורים קומען יא ווייל זייער טאטע, ביי דיר - איז זייער חשוב אז די קינדער זאלן לערנען, עס איז חשוב'ער מער פון אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.