בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך אויסבעטן ביים רבי'ן אין אומאן
אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


חסדי ה' יתברך מיר קומען שוין נענטער צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה, מיר גרייטן זיך אלע צו פארן קיין אומאן, טון די ווילן פון רבי'ן; לאמיר האפן אז מיר וועלן אהיים ברענגען ישועות ורפואות פאר אונז און פאר כלל ישראל, אויך דו וואס דו ווארטסט שוין אזויפיל יארן פאר דיין שידוך, זאלסטו די יאר געהאלפן ווערן מיט דיין שידוך.


טייערער ..., אין אומאן קומט מיר נישט אויס דיך צו זען און דיך צו קענען מחזק זיין, שרייב איך דיר יעצט אפאר וויכטיגע זאכן, נעם מיט דעם בריוו, ליין עס אין אומאן, וועסטו האבן אסאך חיזוק.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, געדענק וואו דו ביסט, און געדענק פארוואס דו ביסט געקומען ביז אהער, ביסט געקומען צום צדיק, ביסט געקומען צום גרעסטן שדכן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פט), אז דער צדיק איז דער שדכן; זאלסטו אויסניצן די ביסל צייט וואס דו ביסט אין אומאן מיטן גיין אפאר מאל א טאג צום ציון און דארט בעטן פאר דיין שידוך; און ווען דו ביסט ביים ציון זאלסטו נישט קוקן אויף קיינעם, נישט רעכטס און נישט לינקס, פארמאך דיינע אויגן און הייב אן וויינען אויפן קול ווי א קליינע בעבי וויינט און זאג די ווערטער: "הייליגער רבי, איך קען נישט מער, הייליגער רבי איך האלט אין איין פאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית, אבער איך בין נישט שולדיג, איך בין א בחור, איך בין א פלג גוף, איך דארף מיין שידוך, איך דארף חתונה האבן, שוין אזוי לאנג וואס איך ווארט אויף מיין ישועה, איך האב שוין געטון אלע סגולות, איך בין שוין מיד פון ווארטן אויף מיין שידוך, רבי, רחמנות'דיגער רבי, דו האסט דאך צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו דיר און געבן א פרוטה לצדקה און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים וועסטו אים מתקן זיין, איך גיי יעצט געבן א פרוטה לצדקה פאר דיינעט וועגן, לזכות רבינו נחמן בן פיגא", (געב א פרוטה לצדקה און זאג: 'איך געב די צדקה פאר רבינו נחמן בן פיגא', און הייב אן זאגן די צען קאפיטלעך), "און איך בעט דיר רבי איך זאל שוין יעצט טרעפן מיין זיווג און אזוי וועל איך קענען זיין ערליך און הייליג".


טייערער ברודער, הארציגער חבר, זאלסט חס ושלום נישט אריינפאלן אין עצבות ומרה שחורה, יעצט ראש השנה דארף מען זיין פרייליך, מען דארף גלייבן אז די יאר הבא עלינו לטובה קומט א זיסע יאר מיט ישועות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כא), ראש השנה דארף מען זיין פרייליך, און אויך דארף מען וויינען; אבער דאס וויינען דארף זיין מתוך שמחה, און דאס בעטן דארף קומען מיט א שטארקע האפענונג און א שטארקע שמחה, אזוי ווערט עס אנגענומען, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפלה חלק א, סימן פא), תפילה וואס איז מתוך שמחה איז זיס ביים אייבערשטן און עס ווערט שנעל אנגענומען.