בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
...
הייב נישט אן דיין טאג מיט אויפנעמען מענטשן, זיי אויסהערן זייערע צרות און זיי געבן עצות מיט חיזוק – איידער דו גייסט התבודדות, ווייל ווי קענסטו העלפן אנדערע ווען דו קענסט זיך אליין נישט העלפן?! און ווי קענסטו יענעם געבן עצות – ווען דו קענסט זיך אליין נישט קיין עצה געבן?!
זאלסט אנהייבן דיין טאג מיט תפילה והתבודדות און מיט איבערגעבן דיין טאג פארן אייבערשטן, אזוי וועסטו מעגן אויסהערן מענטשן און רעדן צו זיי פון הייליגן רבינ'ס עצות, אדרבה, נאכן איבערגעבן דעם טאג צום אייבערשטן – דעמאלט קען מען זיין א גוטע שליח צו העלפן אידישע קינדער מיט זיי אויסהערן און זיי מחזק זיין מיט אמונה און מיט אמונת חכמים, און מיט די עצות פון שמחה, התבודדות וכו' וכו'.