בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
יעצט ווען דו ביסט א חתן דו גרייטסט זיך צו דיין חתונה - זאלסטו אויסניצן די טעג און וואכן מיט תפילה והתבודדות, גיי יעדן טאג אין פעלד מיט א קביעות און שמועס מיטן אייבערשטן. ערשט זאלסטו אים דאנקען, דאנק אים פאר דיין שידוך, דאנק אים פאר דיין לעבן, דאנק אים אויף יעדע זאך בפרטי פרטיות, נאכדעם זאלסטו מאכן וידוי דברים, און ענדיג מיט בקשה; בעט פאר דיר און פאר דיינע דורות.
רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אים בעטן אויף אלעס וואס מען דארף - איז א מצות עשה דאורייתא. דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תפלה, הלכה א-ב), דאווענען צום אייבערשטן איז א מצות עשה פון די תורה, יעדע זאך וואס מען דארף זאל מען בעטן דעם אייבערשטן, מען קען בעטן דעם אייבערשטן אויף סיי וואס פאר א שפראך מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, די מצוה איז צו דאווענען יעדן איינציגן טאג, עס האט נישט קיין באשטימטע צייט אין טאג, און דעריבער זענען אויך פרויען און קנעכט מחויב צו דאווענען; נאר שפעטער ווען די אנשי כנסת הגדולה האבן געזען אז עס וועט קומען א לאנגע שווערע גלות און מען וועט אינגאנצן פארגעסן פון תפילה האבן זיי אוועק געשטעלט מיט רוח הקודש די דריי תפילות פון שחרית מנחה מעריב, אז יעדער איד איז מחיוב צו דאווענען די דריי תפילות מיט די נוסח; און דאס קומט נישט צו פארמינערן דאס בעטן דעם אייבערשטן אין די אייגענע שפראך.
דערפאר ליבער ברודער, הארציגער חבר, מאך זיך א באשטימטע צייט צו גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט, דארט זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן. בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים דו זאלסט זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס דו דארפסט פאררעכטן, בעט אים אז דיינע טעג און יארן זאלן נישט אריבערגיין מיט נארישקייטן, דו זאלסט זוכה זיין אים צו דינען מיט אן אמת, ווייל וויסן זאלסטו אז די זאך פון התבודדות - דאס איז די שליסל צו ווערן א גרויסער צדיק, אלע צדיקים האבן עוסק געווען אין די הייליגע עבודה, און דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען מאכט התבודדות.
טאקע יעצט ווען מיר זעען די רחמנות פונעם אייבערשטן, אז פסח שני איז דא סיי חמץ און סיי מצה, דאס מיינט אז אפילו דער מענטש איז נאכנישט אויסגעארבעט, ער איז נאך פול מיט חמץ, אויסגעמישט טוב ורע וכו' - געבט מען אים נאכאלץ א מעגליכקייט צו ברענגען א קרבן פארן אייבערשטן, און ער האט נאך א האפענונג אלעס צו פאררעכטן; אויך דו וואס דו האסט נאך חמץ וכו' - זאלסטו זיך אריינשטופן אין די קדושה, זאלסט טון די עצה פון די צדיקים, התבודדות ותפילה, ביז דו וועסט זוכה זיין אז מען וועט דיר געבן א פסח שני, דו וועסט ווערן א צדיק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.