בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת האזינו, ו' תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך דארף א גרויסע נס, איך מוז באצאלן אלע איינגעשטעלטע, איך וויל דיר בעטן זאלסט בעטן פאר מיר. איך ווייס אז דו מוטשעסט זיך אויך, אבער תפילות קענסטו מיר געבן, און אויך קענסטו גיין נאך געלט; מיר העלפן קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע, אלע זאלן האבן אויף יום טוב.
געב זיך אכטונג פון כעס - בעיקר אין שטוב; דער סמ"ך מ"ם ווערט משוגע יעצט ווען אידן טוען תשובה, ער זעט מיט די אויגן ווי זיין גאנצע ארבעט גייט לטמיון, דעריבער זוכט ער מיט אלע וועגן ווי ער קען אראפווארפן דעם מענטש אין כעס, אים אוועקנעמען פונעם אייבערשטן. בעט איך דיר זייער זאלסט זיך זייער היטן נישט צו ווערן אין כעס, בפרט אין שטוב אויף דיין טייערע ווייב און קינדער - זאלסט נישט אויפהייבן דיין קול צו שרייען חס ושלום, רעד שטיל, רעד ווייך, רעד הארציג, געב אכטונג נישט צו פארלירן די הייליגע טעג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.