בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#30 - א תיקון פאר'ן זיך אויפרעגן
מקוה, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט זיך אזוי אויפגערעגט - זאלסטו גיין אין מקוה, נאר דורך מקוה וועסטו צוריק ווערן זיך.


טובל זיך צען טבילות און האב אינזין די אותיות אל"ף ה"ה יו"ד ה"ה, יעדע טבילה האב אינזין אן אות, און בעט: "רבונו של עולם זיי מיר מוחל, איך נעם זיך פאר איך וועל זיך מער נישט אויפרעגן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#29 - דיין נערוועזקייט, דיין אנגעצויגנקייט, לאזט נישט די שפע קומען
טעלעפאן, כעס, אשר בנחל, הצלחה, פילטער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין כעס לאזט דיר נישט פארדינען געלט, דיין נערוועזקייט, דיין אנגעצויגנקייט - לאזט נישט די שפע קומען. דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים שער הזמירות, פרק ה) ווען מען זאגט דעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ" - זאל מען אינזין האבן די ראשי תיבות און די סופי תיבות, די שם פון ח'ת'ך' א'פ'י', מוהרא"ש זאגט פשט, "חתך אפי" אז דו וועסט צעשניידן די נאז, דעם חרון אף, וועסט האבן אריכות אפים - דאס איז די שם פון פרנסה, דו וועסט זוכה זיין צו שפע און צו הצלחה.


פילטער דיינע כלים; דיין קאמפיוטער, דיין טעלעפאן, טעבלעט - וועסטו ווערן רואיגער און פרייליכער. ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א בעל עבירה דורך זיין נאז; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, די נאז מיינט מען די מידה פון כעס, דער וואס איז שטענדיג נערוועז - איז א סימן אז ער איז א נואף, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'", פרעגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן רמט), פארוואס שטייט: "'רַע' בְּעֵינֵי ה'" - ער איז געווען שלעכט אין די אויגן פונעם אייבערשטן, עס וואלט געדארפט שטיין: "'רָשָׁע' בְּעֵינֵי ה'", נאר ווייל ווער עס טוט די עבירה פון ער ואונן, ער איז פוגם בברית, ווערט א 'רַע' - א שלעכטער מענטש; ער שרייט אויף יעדע זאך, ער שרייט אויף אלע ארום אים, אלע זעען און ווייסן אז דער מענטש איז א בעל עבירה, מען ווערט געוואויר זיין גאנצע עבר וכו'.


וויפיל ביסטו גרייט צו פארלירן וועגן די תאווה פון האבן א סמארטפאון? וויפיל ביסטו גרייט אוועק צו געבן פון דיין לעבן, פון דיין שלות הנפש, מנוחת הנפש - צוליב דעם אינטערנעט? א שאד זיך צו מוטשען.


מאך זיך א שיעור אין דעם הייליגן ספר אשר בנחל, דאס וועט דיך אזוי מחזק זיין און דאס וועט דיך נישט לאזן פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - זיך נישט אויפרעגן אין די סוכה
כעס, יום טוב, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה ב', י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט גייען מיר אריין אין די הייליגע סוכה, מיר גייען זיך באהאלטן אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט זיין זאך איז סוכות; דעם רבינ'ס זאך איז ראש השנה, רבי נתנ'ס זאך איז יום כיפור, און זיין זאך איז סוכות; ווייל מען גייט אריין אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן, ווי אזוי מען זעט אויס - גייט מען אריין אינעם פאלאץ פון קעניג.


געב אכטונג פון קנאת המלאכים זיך נישט אויפצורעגן, ווייל יעדע מאל ווען עס קומט א הייליגע טאג און אידישע קינדער טוען הייליגע מצוות ווערט א שטארקע קנאה ביי די מלאכים, און זיי זוכן אראפצואווארפן דעם איד אין כעס און מחלוקת. (מען קען עס זען באשיינפערליך, ווי יעדע שבת ביי די סעודות, ליל הסדר און סוכות אין די הייליגע סוכה - ווי מענטשן ווערן בכעס, מען קריגט זיך, מען ווערט נערוועז - ביז מען קומט צו שלאגן די קינדער רחמנא לצלן, און מען קריגט זיך מיט די ווייב, השם ישמרינו), דאס קומט פון די מלאכים וואס קענען נישט אויסהאלטן ווי אידישע קינדער ווערן אזוי הייליג און אזוי ריין, אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן א).


ווען דו גייסט אריין אין די הייליגע סוכה זאלסטו קישן די ווענט און זיך פארבענקען צום אייבערשטן, זאג פארן אייבערשטן: "איך וויל זיין א גאנץ יאר ארום גענומען מיט דיר, איך וויל דיך שפירן, איך וויל נישט פארגעסן פון דיר אפילו פאר איין רגע".


מוהרא"ש זאגט זיין זאך איז סוכות, ווייל סוכות ווערט אנטפלעקט אז מען קען דינען דעם אייבערשטן מיט עסן און מיט שלאפן, די גשמיות ווערט איין שטיק רוחניות.


איך דארף מקצר זיין.


זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב.

#27 - די לעצטע שבת פון שנת תשפ"ד
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שבת קודש, מנהגים, הדרכות, כעס, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נצבים וילך, כ"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די שבת איז די לעצטע שבת פון תשפ"ד, די שבת קען מען אלעס פאררעכטן; אז מען וועט זיין פרייליך שבת, זיך נישט אויפרעגן, מען וועט טאנצן און זינגען שבת! שבת! שבת! - וועט מען אלעס פאררעכטן.


נאר מיט תפילה איז מען זוכה צו זיין פרייליך, נאר אז מען בעט: "באשעפער איך וויל זיין נאר פרייליך, באשעפער היט מיך פון כעס, היט מיך פון מחלוקת, היט מיך פון שרייען און שלאגן", נאר מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו זיין פרייליך און רואיג.


קינדער - ווען זיי טאנצן, שפרינגען און ווילדעווען - קען מען ווערן זייער אנגעצויגן, אבער מיט תפילה קען מען זייער הנאה האבן פון דעם. פרוביר אויס צו בעטן דעם אייבערשטן אויף די פרט: "רבונו של עולם היט מיך פון כעס, העלף מיר איך זאל נישט ווערן נערוועז פון די לעבעדיגקייט פון מיינע ליכטיגע קינדער", דעמאלט האט מען הנאה פון די קינדער ווען זיי טאנצן און שפרינגען.


מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות, מען קומט מיט בגדי שבת. דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות און אונזערע בקשות, מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. פלעכט אריין אייגענע תפילות ובקשות אין דיין שפראך, אויף אידיש, ביי די סליחות. גיס זיך אויס דאס הארץ, שעם זיך נישט צו בעטן נאכאמאל מחילה, דער אייבערשטער איז אונזער טאטע, ער איז דיין טאטע, מיין טאטע, יעדנ'ס טאטע; בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין און דיר אנשרייבן א גוט יאר.


ביי אלע תפילות; אנגעהויבן פון סליחות, ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום הקדוש, און אזוי ווייטער - זאלסטו זאגן די ווערטער: "אייבערשטער אידישע קינדער זענען זייער גוט, אידישע קינדער זענען זייער וואויל, קיינער וויל נישט זיין שלעכט, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, אפילו ווען מען פאלט אין עבירות איז דאס נישט פון שלעכטיקייט, עס איז פון די שווערע נסיונות", די ווערטער וועלן איבערדרייען אלע וועלטן, עס וועט פארשטאפן אלע מקטריגים.


א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.

#26 - רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית
קדושה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, ראש השנה, מנהגים, כעס, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שיינע שבת'דיגע סעודות מיט דיין משפחה; די איין מאל א וואך וואס דער טאטע זיצט מיט די קינדער, דארף מען אויסניצן די צייט פאר חינוך הבנים והבנות, רעדן מיט זיי, שמועסן מיט זיי, אריינלייגן אין זיי מידות טובות ויראת שמים.


געב זיך אכטונג פון וואס דער הייליגער רבי רעדט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן א), פון קנאת המלאכים; ביי די שבת'דיגע סעודות איז דא א שטארקע קנאה פון די מלאכים, זיי זענען זייער מקנא אונזערע שיינע סעודות, פרובירן זיי אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין כעס און אין מחלוקות, און פון דעם ווערט קריגערייען ביי די שבת'דיגע סעודות, פון די קנאה פון די מלאכים וואס פארגינען נישט דעם מענטש זיין דביקות צום אייבערשטן.


ליבער ברודער געב זיך זייער אכטונג נישט צו ווערן בכעס, פארמאך זיך דיינע אויגן מיט ביטול צום אייבערשטן, זינג די זמירות מיט א בענקעניש צום אייבערשטן, פארגעס פון אלצדינג, פארגעס פון אלעס ארום דיר, וועסטו זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט זיין ביי דיין שבת טיש.


רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית, עס ליגט א חוב אויף עלטערן צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן חס ושלום נישט אריינפאלן אין די הענט פון מניוולים, מען ווייסט גארנישט וואס טוט זיך; עס איז נישט שייך נאכצוגיין די קינדער פיר און צוואנציג שעה, וואס יא? מען דארף רעדן מיט זיי, זיי זאגן זיי זאלן וויסן פון קדושת הברית, נישט אנרירן דעם אות ברית קודש און נישט קוקן אויפן אות ברית קודש, און אויב חס ושלום א פרעמדער וויל אנרירן אדער הייסט אים אנרירן ביי אים - זאל ער אנטלויפן און נישט מורא האבן צו דערציילן, וועט אים גוט זיין. עס איז שווער צו רעדן פון די זאך, אבער אז מען רעדט נישט און די קינדער פאלן א קרבן פאר א מניוול - ווילסטו נישט טראכטן ווי שווער עס וועט זיין.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון די הנהגות ביי אנשי שלומינו:


ערב ראש השנה פירט מען זיך צו געבן פדיון נפש, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ריד), "ערב ראש השנה איז גוט צו מאכן פדיון נפש", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקלט): "טוב מאד ליתן בכל עת על פדיונות לצדיקים", עס איז זייער גוט צו מאכן שטענדיג א פדיון, "ואפילו שלא בעת צרה חס ושלום", אפילו מען האט נישט עפעס א ספעציעלע צרה, מען זעט גרויסע ישועות, און דער רבי האט געזאגט אז די אונגארישע אידן געבן אסאך פדיונות פאר צדיקים, דעריבער זעען זיי שטענדיג ניסים, זיי זעען ישועות.


א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.

#25 - ראטעווע מיך פון זיין נערוועז ווען די קינדער דרייען איבער
תפילות אויף אידיש, שבת קודש, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


שריי נישט אויף דיינע קינדער און זיכער נישט שבת קודש, דער הייליגער זוהר זאגט (תיקוני זוהר תיקון מח, פה ע"א) אויפן פסוק (שמות לה, ג): "לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת" זאלסט נישט אנצינדן א פייער אין שבת, זאגט דער זוהר נאך איין ווארט: 'אש הכעס' צינד נישט אן די כעס אין שבת קודש, רעג זיך נישט אויף אין אזא הייליגע טאג. דער זוהר זאגט (תיקוני זוהר תיקון כד, סט ע"ב) שבת איז די גיהנום אויסגעלאשן, אלע נשמות פון גיהנום רוען שבת קודש, אויסער דער וואס רעגט זיך אויף; ווייל מיט זיין כעס צינדט ער אן דעם גיהנום און ער וועט דארפן זיצן שבת אין גיהנום רחמנא לצלן.


כעס איז אזוי געפערליך, דער אריז"ל זאגט (עיין שער רוח הקודש דף ח ע"ב) אלע עבירות וואס מען פאלט דורך, קען מען פאררעכטן, אויסער כעס איז זייער שווער צו פאררעכטן, מען פארלירט די נשמה און עס איז זייער שווער עס צוריק צו ברענגען, און דאס מאכט אלע צרות, און אז מען זאל ליידן.


בעט די תפילה יעדן טאג:


"רבונו של עולם ראטעווע מיך פון כעס, ראטעווע מיך פון זיין נערוועז און פון מקפיד זיין אויף יעדע זאך, ובפרט ווען מיינע קינדער טאנצן און שפרינגען, זיי דרייען איבער די שטוב - זאל איך זיך קענען איינהאלטן און נישט ווערן בכעס, און אויב חס ושלום איך וועל זיך יא אויפרעגן זאל איך זיי נישט רצח'ענען, איך זאל נישט צוקומען צו שלאגן, שרייען וכדומה.


הייליגער באשעפער ראטעווע מיך פון עבודה זרה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קה:) ווער עס רעגט זיך אויף - איז דאס אזוי ווי ער דינט עבודה זרה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, אזוי וועל איך זיך נישט אויפרעגן.


אנא השם איך האב שוין פרובירט אזויפיל מאל צו בלייבן רואיג און נישט ווערן בכעס, איך האב שוין געמאכט אזויפיל התחלות און ביים סוף פארליר איך זיך און איך ווער נאכאמאל אין כעס, עס צינדט זיך אן אין מיר א שלעכטע פייער, די פייער פון גיהנום, און איך ווער משוגע; איך שריי, איך שלאג, איך צעברעך; בעט איך דיר, ראטעווע מיך איך זאל קענען אינגאנצן אויסרייסן די שלעכטע מדה פון כעס, און מער קיינמאל נישט זיין קיין קפדן, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#24 - כעס איז נישט שטרענג און שטרענג איז נישט כעס
שמחה, חינוך הילדים, לימוד התורה, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


כעס איז נישט שטרענג און שטרענג איז נישט כעס; זיין שטרענג צו די קינדער ווען מען דארף זיי מחנך זיין – דאס איז הייליג און טייער, זיך אויפרעגן, ווערן בכעס – דאס איז נישט גוט. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", די קינדער וואקסן אויף טפשים ווען דער טאטע איז א כעסן, און דער זעלבער רבי זאגט (שם, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף לערנען קינדער דרך ארץ וכו'.


בנוגע וכו'; דאס וועסטו האבן נאר אז דו וועסט לערנען תורה, נאר דאס מאכט פרייליך; אז מען לערנט תורה און מען היט זיך אפ – איז געשמאק אין שטוב, און מען שפירט אין שטוב מיט די ווייב, מיט די קינדער – נועם, זיו, חיות, עריבות ונעימות דביקות אלקותו יתברך, מען שפירט א זיסע איינגענעמע געשמאקע לויטערקייט און ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן.


די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא – און מען קען עס יא באקומען.

#23 - די שלעכטע מדה פון כעס, פארברענט אלעס
שלום בית, התחדשות, כעס, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת איז געווען הערליך שיין אין ישיבה, מיר האבן זיך זייער מחי' געווען מיט די קוואל וואסער וואס פליסט פונעם נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה.


שבת אינדערפרי נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, מען האט געלערנט סיפורי מעשיות. מיר האלטן יעצט ביי די מעשה ניסים (מעשה ד'), אז דער קעניג איז געגאנגען מיטן חכם צו די פלאץ פונעם אייזערנעע רוט פטור צו ווערן פון די פחדים, און אויפן וועג האבן זיי באגעגנט דעם מלאך פון כעס וואס האט זיי געפירט צו די וועג פון די פייער, און זיי זענען אלע פארברענט געווארן; מיר האבן גערעדט פון זיך היטן פון די שלעכטע מידה פון כעס, אז מען איז אין כעס - באשאפט מען א מלאך המשחית וואס פירט צו פייער און אלעס ווערט פארברענט.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען צו פארגינען גוטע ווערטער אין שטוב, און ווי שווער דאס איז, די גאוה לאזט נישט געבן גוטע ווערטער; וואלט מען ווען געגעבן א גוט ווארט - וואלטן אזויפיל פראבלעמען אוועק געפאלן.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט, עס שטייט אין פסוק (ויקרא כו, י): "וְיָשָׁן מִפְּנֵי חָדָשׁ תּוֹצִיאוּ", קען זיין פשט מיט די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, אז שכחה איז א גרויסע מעלה, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט אנגיין ווייטער אין לעבן, ווייל עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון, דאס איז פשט אין פסוק: "וְיָשָׁן מִפְּנֵי חָדָשׁ תּוֹצִיאוּ", נעם אוועק די אלטע זאכן כדי זאלסט קענען אנהייבן נייע, "וַאֲכַלְתֶּם יָשָׁן נוֹשָׁן", מען עסט זיך אויף פון די אלטע זאכן, די תורה בעט, עס זיך נישט אויף מיט אלטע זאכן, פארגעס פון וואס איז געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - קינדער וואס וואקסן מיט מרור דמרירות, לויפן זיי אוועק
שמחה, כעס, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פסח זאלסטו אכטונג געבן פון א משהו כעס וואס דאס איז עכטע חמץ, זאלסט זיך זייער היטן פון כעס, ווייל די קינדער – ווען זיי זעען אז יום טוב קומט מיט נערוון, און מצוות קומט מיט קולות און בזיונות, שפעטער ווען זיי ווערן עלטער – דארף מען רחמי שמיים זיי זאלן בלייבן מיט די תורה וועג.


ליידער אזויפיל בחורים און אפילו עלטערע – האבן באקומען פסח מרור דמרירות, און זיי ווערן יעדע יאר פסח פון פריש צערודערט, זיי לויפן אוועק, זיי האבן נישט קיין פלאץ אויף די וועלט.


דעריבער זאלסטו פסח איין זאך טון, נאר שמייכלען, זינגען און טאנצן אז מיר זענען אידן, מיר האבן די תורה און מצוות.


א פרייליכן יום טוב.

#21 - רעד רואיג, רעד מיט א שמייכל, רעד פאזעטיוו
חינוך הילדים, אידישע שטוב, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע אז ביי דיר אין שטוב זאל זיין א פרייליכע לופט, עס איז נישט געזונט פאר די קינדער ווען די לופט איז אנגעצויגן, דער רבי זאגט (ספר המדות אות כעס, סימן כד): "עַל יְדֵי כַּעַס מוֹלִיד בָּנִים שׁוֹטִים", דורך כעס האט מען קינדער שוטים; קינדער וואקסן אויף נישט געזונט גייסטיש ווען די עלטערן זענען אנגעצויגן.


בכן בעט איך דיר, שוין גענוג געשריגן, שוין גענוג זיך גערעגט; יעצט זאלסטו אנהויבן א נייעם וועג, רעד רואיג, רעד מיט א שמייכל, רעד פאזעטיוו.


שבת איז געווען הערליך שיין, אויך מוצאי שבת, די הכנסת ספר תורה מיט די יארצייט סעודה - איז געווען זייער שיין. מיר האבן זיך אלע אויפגעפרישט מיט די עצות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - מאך נישט קיין אנגעצויגענע מצב אין שטוב
חינוך הילדים, חנוכה, שלום בית, שבת קודש, פרנסה, חובות, כעס, יום טוב, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב ליידט פון דיר, און נאך מער ליידט זי ווען עס קומט די הייליגע צייטן ווי שבת און יום טוב; דו מאכסט די גאנצע שטוב פאר איין שטיק נערווען, דו פארלאנגסט די שטוב זאל זיין ריין צוזאמגענומען, דו פארלאנגסט פון איר זי זאל זיין גרייט ווען דו ווערסט גרייט, און אז זי קען נישט זיין אזוי שנעל און גרייט ווען דו ווערסט גרייט - הייבסטו אן שרייען השם ישמרינו, די קינדער כאפן א שרעק, דו מאכסט משוגע די גאנצע הויז.


איך בעט דיך זייער, מאך נישט קיין אנגעצויגענע מצב אין שטוב, חנוכה איז א פרייליכע צייט, שבת און יום טוב איז א צייט וואס די שכינה הקדושה קומט אין אידישע שטיבער, און מיט כעס פארטרייבט מען איר.


אז דו קומסט אהיים און זאכן פליען, עס איז נישטא קיין זכר פון חנוכה - זאלסטו ארויפבייגן דיינע ערמל און העלפן; העלף איר מיט די קינדער, העלף רוימען די שטוב מיט שמחה.


אפשר ווייל דו שרייסט אויף דיין ווייב איז נישטא קיין ברכה אין דיין געלט?


גיי שריי צום אייבערשטן: "אייבערשטער איך האב מיט די נערווען און איך גיס עס אויס אין שטוב, הצלינו, ראטעווע מיך".


איך זאג דיר צו, אז דו וועסט רעדן פון היינט אן שיין אין שטוב מיט דיין ווייב - וועסטו ביז א קורצע צייט ארויסגיין פון אלע חובות און האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#19 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען צינדן די מנורה מיט שמחה
שמחה, חנוכה, כעס, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז חנוכה, מען גייט אנצינדן די הייליגע חנוכה ליכט. עס שטייט פון צדיקים אז ווען מען צינדט אן די חנוכה ליכט איז א צייט וואס מען פועל'ן ישועות, עס איז זייער א הייליגע צייט, און זה לעומת זה עשה אלוקים, די סטרא אחרא זוכט דיקא אין די הייליגע צייט אוועק צו נעמען דעם מח, די מנוחה, די ישוב הדעת, די געפילן; זיי שטעלן אונטער שפיצלעך מען זאל זיך אויפרעגן און פארלירן אלע הייליגקייטן.


בכן בעט איך דיר זייער מיין ליבער ברודער, זאלסט חס ושלום נישט קומען צו כעס, זיי זיך מבטל צום אייבערשטן. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי אלעס זאל גיין ווי אזוי מען וויל, דורך גארנישט וועלן. דער הייליגער בעל שם טוב זאגט: "וויל ווי עס גייט - וועט גיין ווי דו ווילסט", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "בטל רצונך מפני רצונו, כדי שיבטל רצון אחרים מפני רצונך", דאס איז ממש די ווערטער 'וויל ווי דער אייבערשטער מאכט - וועט אלעס זיין ווי דו ווילסט'; געב זיך איבער צום אייבערשטן.


קום אהיים אן נערווען, לאז איבער די פעקל נערווען אין קאר, אין אפיס, ברענג עס נישט אהיים. אז דו קומסט אהיים און זאכן זענען נישט גרייט, זאכן זענען ווייט פון טראכטן פון אנגרייטן בכלל די מנורה - זאלסטו נישט ווערן בכעס, ווייל אויב מען איז בכעס - פארלירט מען אלעס.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען צינדן מיט שמחה, זאלסט שפירן די ליכטיגקייט פון די מצוה.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך געבן היינט נאכט די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין שטעטל, אויך שבת חנוכה וועל איך זיין מיט אנשי שלומינו אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב, וועסטו האבן געלט
שלום בית, פרנסה, כעס, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט טוישן די וועג ווי אזוי דו רעדסט אין שטוב צו דיין ווייב, דו וועסט אויפהערן שרייען אויף איר, דו וועסט אויפהערן מיט די אנגעצויגנקייט - וועט אנהויבן קומען שפע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט) אז געלט, עשירות - קומט נאר אויב מען איז מכבד די ווייב; אז מען שרייט, מען איז נערוועז - שטעלט זיך אפ די שפע.


איך האף דו וועסט אננעמען די קליינע בריוועלע וואס איך שרייב דיר פון הארץ. איך בין זייער פארנומען, איך האב נישט קיין צייט, דאך שרייב איך דיר ווייל דו גייסט ארום מיט קשיות און טענות אויפן אייבערשטן 'וואו איז די שפע? וואו איז די פרנסה?' ווען אלעס האט א סיבה, דו אליין דארפסט זיך טוישן, דו דארפסט אנהויבן רעדן שיין אין שטוב.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - וואס איז תשובה?
אמונה, תשובה, בזיונות, כעס, קשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס איז תשובה? תשובה איז זיך צוריקקערן צום אייבערשטן, נישט זיין בייז אויפן אייבערשטן, מקבל זיין אלעס וואס דער אייבערשטער טוט און דאס אננעמען מיט ליבשאפט; דאס איז די גרויסקייט פון א צדיק, ער האט קיינמאל נישט קיין טענות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן.


סוד כוונת אלול איז: "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), ווען מען שווייגט אפ, מען נעמט אן אלעס באהבה; צי איז עס א שאדן אדער א בזיון, מען שווייגט אפ - איז מען זוכה צו כתר, צו די העכסטע מדריגה.


ווער נישט בכעס, קריג זיך נישט מיט קיינעם, גיי שריי צום אייבערשטן; זוך א ווינקל און וויין זיך אויס, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פונעם יצר הרע וואס וויל מיך אויסרייסן פון די וועלט און יענע וועלט, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן און זיך נישט קריגן מיט קיינעם; וואס ווער איך אזוי שנעל אויפגערעגט? וואס פארליר איך זיך אויף מיין ווייב און קינדער? וואס קריג איך זיך מיט דעם און מיט יענעם? וואס איז מיט מיר?"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#16 - בזכות דעם הייליגן סאטמאר רבי'ן זענען מיר היינט פרומע ערליכע אידן
שלום בית, צדיקים, תשובה, כעס, קשיות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז א גרויסער טאג, די יארצייט פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש זאגט, בזכות דעם הייליגן רבי'ן פון סאטמער זענען מיר אלע היינט פרומע ערליכע אידן. דער צדיק האט זיך מוסר נפש געווען נאכן קריג און אריינגעבלאזן א פרישע גייסט אין די צעבראכענע איבערלעבער. דער רבי זכותו יגן עלינו האט אויסגעפירט די נבואה פון יחזקאל הנביא, פון די עצמות יבשות, ממש די נבואה פון יחזקאל (יחזקאל לז, ד-ה): "שִׁמְעוּ דְּבַר ה', כֹּה אָמַר ה' אֱלֹקִים לָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה, הִנֵּה אֲנִי מֵבִיא בָכֶם רוּחַ וִחְיִיתֶם"; ער האט אריינגעבלאזן א פרישע גייסט, אריינגעבלאזן אמונה אין די איבערלעבער, זיי זאלן נאכאמאל חתונה האבן און נאכאמאל ברענגען קינדער און אויפשטעלן א דור פארן אייבערשטן.


מיר האבן נישט קיין השגה אין די גרויסקייט פון די צדיקים; ווי זיי זענען געווען שטארק מיט די אמונה, נישט מהרהר געווען אויפן אייבערשטן, נישט געהאט קיין טענות, נישט געהאט קיין קשיות אויף אים, זיי זענען געבליבן געטריי ווי לייבן פאר די תורה.


זיי נישט בכעס אין שטוב, זיי נישט בייז אויף דיין ווייב; אז דו וועסט זיין בכעס, דו וועסט מקפיד זיין - וועסטו פארלירן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "רגזן לא עלתה בידו אלא רגזנותא", אז מען רעגט זיך האט מען נאר דאס גערעגאכטס.


דער בית יוסף ברענגט א מעשה (אורח חיים, סימן רצט) עס איז געווען א איד וואס איז געווען קרעציג, זיין גאנצע גוף איז אים געווען אויסגעשלאגן מיט קרעץ, איינמאל מוצאי שבת איז זיין ווייב געגאנגען שעפן פרישע וואסער פאר אים, ער זאל זיך קענען באדן. זי האט זיך פארשמועסט מיט חברט'עס, זי איז נישט גלייך אהיים געקומען. דער מאן איז אריין אין א כעס און ווען זי איז אהיים געקומען האט ער גענומען די גאנצע פאס וואסער און דאס צעבראכן, די וואסער האט זיך אויסגעגאסן און ער איז געווארן אביסל אנגעשפריצט; וואו עס האט געשפריצט אויף אים - איז די קרעץ אראפ, און ער האט דערלייגט די רפואה, ווייל אין די וואסער פון מוצאי שבת איז געווען אין דעם פון די באר פון מרים, וואלט ער זיך געבאדן מיט דעם - וואלט ער געהאט א גאנצע רפואה און פון כעס האט ער אלעס דערלייגט; דאס איז וואס די חכמים זאגן: "רגזן לא עלתה בידו אלא רגזנותו".


בעט איבער דיין ווייב און הער אויף זיך רעגן אויף יעדע זאך; דיין ווייב איז דיר נישט שולדיג אויף גארנישט. אז זאכן גייען דיר שלא כסדר - האט דאס נישט מיט איר, דאס האט מיט דיר אליין; דו דארפסט תשובה טון, אנהויבן לערנען און דאווענען - וועלן דיר זאכן גיין כסדר.


מארגן ענדיגן מיר מסכת גיטין און מיר הויבן אן מסכת קידושין; א שאד א טאג וואס גייט אריבער אן לערנען די הייליגע גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#15 - הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פון כעס, איך זאל נישט שלאגן די קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, פרנסה, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר


דיין ווייב בעט מיר איך זאל דיך מחזק זיין זאלסט נישט שלאגן די קינדער; ליבער ברודער, דו ווייסט דאך אז דער רבי האט אונז געזאגט נישט שלאגן די קינדער, ווער רעדט נאך שלאגן בחורים פון העכער די בר מצוה, דאס איז א לאו אין די תורה. עס ווערט גע'פסק'נט (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל" (יורה דעה סימן רמ, סעיף כ), אויך זאלסטו וויסן, אז מען גייט אריין אין א כעס - פארלירט מען דאס געלט.


בעט דעם אייבערשטן, גיי התבודדות, רעד זיך אויס דאס הארץ, בעט אויף דעם באזונדער, דו זאלסט זיך נישט אויפרעגן און חס ושלום שלאגן די קינדער, בעט:


"הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פון די שלעכטע מידה פון כעס. איך פארליר זיך אויף מיינע קינדער ביז איך פארליר מיין שכל, איך שלאג און צעברעך שטעקנס אויף זיי. הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל זיך נישט פארלירן, איך זאל וויסן און געדענקען אז דו ביסט נעבן מיר, דו ביסט אין שטוב און דו זעסט אלעס וואס איך טו. העלף מיר איך זאל נישט נערוועז ווערן פון מיינע קינדער, אנא זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף די מידה מגונה פון כעס".


טייערער ברודער גיי התבודדות, האסט א שיינעם פעלד ארום דיין שטוב, גיי צווישן די גראז, שמועס מיטן אייבערשטן; דאס וועט דיר געבן א שטארקע אמונה, דו וועסט נישט ווערן פארלוירן און נערוועז פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#14 - אפהאלטן פון שלאגן די קינדער מיט כעס
חינוך הילדים, שלום בית, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אויב איר מעגט אפהאלטן אייער מאן פון שלאגן וכו'; אודאי זאלט איר פרובירן צו באשיצן די קינדער, ווייל ווען מען גייט אריין אין כעס, מען פארלירט די שכל - קען דאס זיין זייער שעדליך, און אז אייער מאן גייט אריין אין א כעס, עד כדי כך צו שלאגן מיט שטעקנס די קינדער - זאלט איר זיי באשיצן.


איך וועל אים מחזק זיין ער זאל דאס מער נישט טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#13 - דו קענסט אויסוועלן זיך גוט אויסצולאכן, אדער צו ווערן אויפגערעגט
שמחה, אמונה, פרנסה, נסיונות, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט איינרעדן פאר קיין איין רגע אז דער אינגערמאן ... געבט פרנסה, פרנסה געבט דער אייבערשטער. ראש השנה איז שוין געווארן אנגעשריבן די גאנצע געשיכטע, אז דו וועסט אנהויבן בויען און ער וועט דיך אפזאגן, אבער ווי אזוי דו וועסט עס אננעמען - דאס איז דיין בחירה; דו קענסט בוחר זיין צו זיין פרייליך און זיך גוט אויסלאכן, אדער ווערן בכעס און חס ושלום אריינפאלן אין א מרה שחורה.


ליבער ברודער, לאך זיך גוט אויס. נעם אריין אין זיך די אמונה, גלייב אז דיין פרנסה, דיין שפע - קומט נאר פונעם אלמעכטיגער גאט; ער וויל דיך אויספרואוון צו וועם דו וועסט לויפן און וואס דו וועסט טון ווען עס פאסירט אזא מעשה.


וועסט זען, עס וועט ארויסקומען פון דעם נאר א טובה.

#12 - דער וואס היט זיך די אויגן און די מחשבה, ווערט א גוטער מענטש
קדושה, תשובה, עבירות, מדות טובות, כעס, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, י"א שובבי"ם, כ"ה טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יג, כא): "חַטָּאִים", די זינדיגע מענטשן, "תְּרַדֵּף רָעָה", לויפט זיי נאך די שלעכטס, "וְאֶת צַדִּיקִים", און פאר די צדיקים - "יְשַׁלֶּם טוֹב", באצאלט דער אייבערשטער גוטס.


מיט די הקדמות פון רבי'ן קען מען זאגן אזא פשט, "חַטָּאִים", ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית רחמנא לצלן, "תְּרַדֵּף רָעָה", ווערט ער א שלעכטער מענטש. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט), וואס שטייט ביי ער ועונן? "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'" (בראשית לח, ז), זיי זענען געווען רַע בְּעֵינֵי ה', פארוואס שטייט נישט רשע? נאר דער רבי זאגט, ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון ער ועונן, ער איז משחית זרע רחמנא לצלן - ווערט רע, א שלעכטער, א כעס'ן, א שלעגער, א בעל מחלוקת, א לץ וואס שפעט פון צדיקים.


ווידער "וְאֶת צַדִּיקִים", דער וואס היט זיך די אויגן און די מחשבה, ער זינדיגט נישט, און אויב ער פאלט אראפ - טוט ער גלייך תשובה, אזא איינעם - "יְשַׁלֶּם טוֹב", ער ווערט א גוטער מענטש, ער ווערט נישט בכעס, ער שלאגט נישט קיינעם, ער קריגט נישט מיט קיינעם, ער אנטלויפט פון מחלוקות, ער האט ליב יעדן איד, והבן למעשה.

#11 - אז דו וועסט זיין פרייליך שבת, וועסטו זיין פרייליך א גאנצע וואך
שמחה, שבת קודש, כעס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכים החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גאנץ שבת זאלסטו נאר זיין פרייליך, זינג און טאנץ, און חס ושלום זיך כעס'ן.


דער הייליגער זוהר זאגט (תקוני זוהר, תיקון מח) אויפ'ן פסוק (שמות לה, ג): "לֹא תְבַעֲרוּ אֵשׁ בְּכֹל מֹשְׁבֹתֵיכֶם בְּיוֹם הַשַּׁבָּת", מען זאל נישט אנצינדן שבת קודש דעם אש הכעס; מען זאל זיך נישט כעס'ן שבת, זיך נישט קריגן שבת, נאר זיין פרייליך א גאנץ שבת.


ווי אזוי דו וועסט זיך פירן שבת - אזוי וועט זיין די גאנצע וואך, אז דו וועסט זיין פרייליך שבת - וועסטו זיין פרייליך א גאנץ חנוכה; זונטאג נאכט צינדן מיר שוין אן די הייליגע ליכט.


איך דארף מקצר זיין.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#10 - טשעפע נישט דיין ווייב
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, פרנסה, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר נאכאמאל, טשעפע נישט דיין ווייב; אז מען טשעפעט די ווייב - באקומט מען אן עונש. וואס וועסטו טון אז זי וועט וויינען? דו וועסט זיך אריינלייגן דורכדעם אין א גרויסע סכנה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען זאל זיך זייער היטן נישט צו טשעפען די ווייב, "מִתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל פרויען וויינען גרינגער, איז דאס א גרויסע סכנה.


זיי עפעס טועם איידער דו קומסט אהיים, אזוי וועסטו נישט ווערן בכעס אויב זי האט נישט גרייט פאר דיר עסן. און אז מען שמועסט אפ צו גיין ערגעץ און דו רעדסט אפ מיט איר א צייט ווען זי זאל זיין גרייט - זאלסטו נישט ווערן בכעס ווען דו זעסט אז זי איז נישט גרייט; פאר פרויען נעמט מער צייט ארויס צו גיין אין גאס, עס נעמט צייט זיך אנצוטון, זיך גרייט מאכן; זאלסטו נישט ווערן בכעס.


דער אייבערשטער האט אנגענומען דיינע תפילות, ער וויל דיר געבן גרויס עשירות, אבער ווען עס קומט שוין די צייט דו זאלסט באקומען עשירות - ווערסטו אין כעס, און דאס נעמט אוועק די גאנצע געלט. בעיקר אין שטוב; דו שרייסט אויף דיין ווייב, דו טשעפעסט איר - דאס נעמט אוועק די שפע.


גיי התבודדות, גיי וויין צום אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, ראטעווע מיך פון כעס, ראטעווע מיך איך זאל זיך נישט פארלירן ווען עפעס גייט אנדערש ווי איך וויל. ראטעווע מיך איך זאל נישט טשעפען און וויי טון מיין ווייב. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל וויסן און נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל וויסן אז אלעס וואס פאסירט איז פון דיר, קיינער קען מיר נישט בעסער מאכן און קיינער קען מיר נישט ערגער מאכן, אלעס איז נאר דו".


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך יאג זיך זייער, איך מוז לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - אשרינו אז מיר האבן א שיינע חינוך פאר אונזערע קינדער
תפילה והתבודדות, מקוה, חינוך הילדים, מוסדות, שטעטל, דרשות, ראש ישיבה, כעס, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי יעדן טאג אביסל זיך מתבודד זיין, אזוי וועסטו ווערן א רואיגער מענטש, דו וועסט זיך נישט אויפרעגן אויף יעדע זאך; רעדן צום אייבערשטן בארואיגט, עס ברענגט נאנט צום הייליגן באשעפער.


עס שטייט אין הייליגן זוהר (זוהר חדש, נח) דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט: "מִדַּת הַצַּדִּיק, קָשֶׁה לִכְעוֹס" א צדיק רעגט זיך נישט אויף אזוי שנעל, "וְנֹחַ לִרְצוֹת" און אויך איז זייער גרינג אים איבערצובעטן, "וְזוֹ הַמִּדָּה גְּדוֹלָה מִכּוּלָּם" און די מידה איז די גרעסטע און שענסטע מידה. "וּבָא הַכָּתוּב לְהוֹרוֹת" דאס קומט אונז די הייליגע תורה זאגן: "אֵלֶּה תּוֹלְדוֹת נֹחַ" זע צו לעבן מיט א רואיגקייט, "נֹחַ בְּדַעְתּוֹ" טראכט רואיג, "נֹחַ בְּדִיבּוּרוֹ" רעד רואיג, "נֹחַ בְּמַהֲלָכוֹ" גיי רואיג, "וּמִי עוֹשֶׂה זֶה" און ווער עס פירט זיך אזוי אויף - "אִישׁ צַדִּיק" איז א צדיק.


אשרינו אז מיר האבן א חינוך פאר אונזערע קינדער, א ברסלב'ער חדר און א ברסלב'ער מיידל שולע וואו אונזערע קינדער באקומען א חינוך פון אמונה און פון אלע זיסע עצות פון רבי'ן. נעכטן בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב, דארט אין חדר און אין סקול שפירסטו גן עדן, די קינדער לעבן מיט אמונה און מיט תפילה. איך האב געגעבן א שמועס פאר די מלמדים און איינגעשטעלטע, וואס און ווי אזוי מען זאל לערנען און מחנך זיין די קינדער; איך בין געווען רוב טאג מיט די קינדער און מיט די מלמדים.


היינט הויב איך אן ישיבה, מיר גייען אריין אין די פופצנטע יאר, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיין יעדן טאג שיעורים, איך וויל פארלערנען גמרא און אויך א שיעור משניות, און נאכמיטאג, פינף אזייגער - א שיעור אין רבינ'ס ספרים.


איך וויל דו זאלסט זיך אויך באנייען, זאלסט גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג מיט מנין און מיט א סידור. מוהרא"ש האט אונז געזאגט מיר זאלן דאווענען דוקא פון א סידור, נישט אויסנווייניג, אזוי קען מען מער אינזין האבן דאס דאווענען.


אויך זאלסטו זיך באנייען צו גיין אין מקוה; דאס וואס דו גייסט נישט אין מקוה דאס קומט פון עצבות ועצלות. שטעל זיך פאר א מענטש גייט זיך נישט באדן פאר א לאנגע צייט, וואס פאסירט? מען קען נישט שטיין נעבן אים. און וואס איז מיט די נשמה? זי איז אזוי פארשמירט, זי דארף מען זאל איר אפבאדן; זאלסטו זיך באנייען מיט'ן גיין אין מקוה.


ברוך השם איך שפיר זיך שוין בעסער, איך היס נאך, אבער עס איז שוין נישט דער זעלבער היס פון זונטאג, עס איז מיט גרויסע חסדים.


איך דארף אריינלויפן צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - אויב מ'האט נישט קיין געפיל אין שטוב, איז דאס די אייגענע פראבלעם
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, שלום בית, קברי צדיקים, תשובה, פרנסה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, שמחות, כעס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא (בא"י בהעלותך), י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


ביי מיר איז יעצט פרייטאג אינדערפרי, אבער ביי ענק איז שוין כמעט שבת, וועל איך זיך צויאגן און ענק שרייבן אפאר ווערטער, וואס מיר האבן נעכטן גערעדט ביים ליל שישי שיעור.


ביי אונז אין אמעריקא גייט די וואך פרשת נשא, מיר זענען נאכאלץ אפגעררוקט פון אייך א פרשה. די וואך האבן מיר אין די פרשה, דער אייבערשטער בענטשט אונז (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", זאגט רש"י, 'יברכך' - איך בענטש דיר מיט דיין פארמעגן, 'וישמרך' - איך היט דיר פון מזיקין זיי זאלן נישט אוועקנעמען דיין געלט; מוהרא"ש זאגט, דא איז מרומז וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סח): "יֵשׁ מִדָּה אַחַת שֶׁמַּפְסֶדֶת וּמְאַבֶּדֶת מֵהֶם הַמָּמוֹן, וְהִיא מִדָּה רָעָה מְגֻנָּה" עס איז דא א שלעכטע מידה וואס איז גורם מען זאל נישט באקומען קיין געלט, ווייל לעולם וואלט דאך יעדער איד געדארפט האבן געלט, פארוואס האט מען נישט קיין געלט? ווייל געלט קומט פון די זעלבע פלאץ פון וואו כעס קומט, און ווען עס איז באשערט פאר דעם מענטש געלט, קומט דער יצר הרע און שטעלט אונטער א נסיון פון כעס און עס ווערט פון געלט – כעס, השם ישמרינו.


דאס זאגט די תורה "יְבָרֶכְךָ ה'" - דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט געלט, און גלייך געבט די תורה נאך א ברכה "וְיִשְׁמְרֶךָ", - און ער זאל דיך היטן פון כעס כדי דו זאלסט נישט פארלירן דאס געלט.


ווי אזוי איז מען זוכה צו דעם - זיך נישט אויפרעגן? נאר דורך אמונה! ווי מער מען חזר'ט אמונה, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים, אלעס וואס פאסירט איז ער אליינס, אלעס שטעלט מען מיר א נסיון צו זען אויב איך וועל זיך פארלירן, נישטא גארנישט אויסער דעם אייבערשטן; עס איז נישט מיין ווייב, עס איז נישט מיינע קינדער, עס איז נישט די שכינים און חברים, עס איז אלעס דער אייבערשטער; ווי מער מען חזר'ט דאס, מען לעבט מיט אמונה - דאס נעמט אוועק כעס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קה:): "כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה", ווער עס איז בכעס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה; פארוואס איז דאס אזוי ווי עבודה זרה? ווייל מען קען נישט זיין בכעס נאר ווען מען פארגעסט פון אייבערשטן, מען מאכט א מציאות פון אנדערע זאכן, דאס איז ממש עבודה זרה.


די עצה צו אמונה איז לערנען דעם רבינ'ס ספרים, זיך מאכן שיעורים אין רבינ'ס ספרים און פאלגן די עצות. כאפט אן א משל, די עצה פון התבודדות; אזא ליכטיגע עצה, אזא זיסע עצה, אזא גרינגע עצה - מען זאל זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, אים אלעס דערציילן, אים בעטן: "הייליגער באשעפער, וואס וועט דא זיין, וואס וועט זיין מיט מיר, וואס וועט זיין פון מיר, איך בין אזוי ווייט פון דיר, העלף מיר, געב מיר אמונה, געב מיר דעת, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר; הייליגער באשעפער, וואס רעג איך זיך? וואס גיפט איך זיך? וואס איז מיט מיר?!


רבונו של עולם, העלף מיר, שיין אריין אין מיר א שטארקע אמונה, איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, דו ביסט מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדֶךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, דער אייבערשטער איז איבעראל, אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער דעם אייבערשטן, אין יעדע איינציגסטע תנועה געפונט זיך דער אלופו של עולם".


דאס איז אביסל וואס מיר האבן גערעדט נעכטן נאכט. אויך האבן מיר גערעדט פון אכטונג געבן אין שטוב, מען זאל רעדן שיין אין שטוב, ווייך און הארציג; מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט, מיט א ווייב טענה'ט מען נישט. אויב מען שפירט ווי מען האט נישט קיין געפיל אין שטוב - איז דאס די אייגענע פראבלעם, דאס איז נישט איר פראבלעם. אזוי ווי דער גיבור האט געזאגט פאר די מענטשן פון די מדינה פון עשירים, ווען זיי האבן געזאגט עפעס שטינקט, האט ער זיי געזאגט (מעשה יב, די מעשה פונעם בעל תפילה): "איר זעט דאך אז עס איז גארנישט פארהאן א זאך וואס זאל שטינקען, מוז בודאי זיין אז איר אליינס שטינקט, ווארן דא איז נישט דא קיין שום זאך וואס זאל שטינקען"; אזוי אויך, ווען מען ווערט פארעקלט אין שטוב, מען האט נישט מער קיין געפיל; וואס איז געשען פלוצלונג?!


איך האב אינגעלייט וואס זאגן מיר: "איך האב אזא שיינע לעבן, איך בין אזוי צופרידן פון מיין ווייב, פון מיינע קינדער", א טאג שפעטער טרעף איך אים מיט א לאנגע נאז, ברוגז, אנגעבלאזן; פרעג איך אים: "וואס גייט פאר?" זאגט מיר: "איך ווער צעדריידט פון מיין ווייב, איך זיך א וועג פטור צו ווערן פון איר, אלעס האט א שיעור!" פרעג איך אייך: "ווי קען דאס זיין, נעכטן האט ביי אים געשיינט אלע ש"י עולמות, ער איז געווען אזוי פרייליך, אזוי צופרידן, ווי קען זיין א טאג שפעטער זאל זיין דאס פארקערטע? מוז זיין אז ער אליינס שטונקט"; דארף מען תשובה טון, גיין שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות, איך וויל היטן מיין מח מחשבה, איך וויל זיין ערליך" - דעמאלט שיינען צוריק אלע ליכטיגקייטן.


עס ווערט שוין שבת ביי אייך, איך דארף נאך אניאגן צו שיקן די בריוו אויף אימעיל מען זאל דאס נאך קענען ארויספרינטן און ברענגען אין שול.


די וואך שבת יער איך זיך, מיין געבורטס טאג איז י"ב סיון, עס איז אין די טעג פון די ימי תשלומין. דאס לערנען מיר אין ישיבה, מען זאל וויסן אז מען קען נאך משלים זיין, מען קען נאך פאררעכטן.


איך בעט אייך, ווען איר זענט ביי מקומות הקדושים בעטס פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן, משמש זיין מוהרא"ש.


די וואך וועט ביי ענק זיין א חתונה פון א תלמיד הישיבה, זייער א חשוב'ער חתן. ער ווערט אן איידעם ביי ר' שמעון שפירא. דער מחותן האט מיר געשריבן א בריוו וואו ער בעט זיך איך זאל אים מאכן א שידוך פאר זיין טאכטער א בחור פון ישיבה, ער פארשטייט וואס דא טוט זיך, ער האט א געפיל אין ישיבה.


א גוט שבת.

#7 - נישט רייסן די האר ווען מען האט צרות
תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, התחזקות, שבת קודש, כעס, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען מעג זיך אויסוויינען צום אייבערשטן שבת. עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) ווער עס האט א תאוה זיך צו מתבודד זיין און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אזוי אויך ווער עס וויל תשובה טון פון ליבשאפט צום אייבערשטן וכו', - מעג דאס טון שבת קודש, ווייל דאס איז אן עונג שבת; צו שפירן די זיסע, איינגענעמע און געשמאקע טעם פון זיין נאנט צום אייבערשטן.


ווען עס גייט אריבער אויף אייך צרות - זאלט איר נישט רייסן אייערע האר. עס איז דא א לאו אין די תורה אז מען טאר נישט אויספליקן האר פון צער ווען איינער שטארבט (ויקרא כא, ה), און די פוסקים זאגן אז אויב מען רייסט די האר ווען מען גייט אריבער א שווערע צרה איז דאס אויך אן עבירה (ש"ך יורה דעה סימן קפ, סעיף קטן ט, בשם הב"ח).


אז עפעס גייט אייך נישט גוט - זאלט איר זאגן: "גַּם זוּ לְטוֹבָה", דאס איז אויך גוט; זאגט: "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטַב עָבֵיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט; רייסט נישט אייער האר, פליקט נישט אויס אייערע האר, עס איז נישט גוט.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א שטארקע אמונה, איר זאלט שפירן דעם אייבערשטן טאג און נאכט - וועט איר נישט ווערן אזוי אין כעס ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי איר ווילט. ווייל ווען מען גלייבט און מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און ער איז אלעס - דעמאלט ווערט מען נישט פארלוירן ווען זאכן גייען פארקערט ווי מען וויל, מען ווערט נישט פארלוירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - זיי ממשיך אין הפצה מיט א שטארקייט, אבער קריג זיך נישט מיט קיינעם
תפילה והתבודדות, הפצה, מחלוקת, מדות טובות, עזות, כעס, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט, דו לערנסט און דאווענסט זייער שיין, דיין התנהגות איז אויסנאם, דו מאכסט נאר נחת פאר אלעמען.


זיי ממשיך אין הפצה, גיי ווייטער מיט א שטארקייט און א שטורעם פארפלייצן די ספרים, קונטרסים, גליונות, קארטלעך, סידיס וכדומה לזה; דאס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


איך וויל דיר אבער בעטן, קריג זיך נישט מיט קיינעם; אז איינער איז אן עזות פנים, איינער צערייסט די ספרים - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם"; דאס וועט סיי ווי מקוים ווערן, דו קריג זיך נישט.


איך האב נישט ליב צו הערן דיינע מעשיות ווי דו האסט דעם אויסגעבויגן דעם האנט און יענעם צובלוטיגט, אפילו דו זאלסט זיין הונדערט פראצענט גערעכט; דאס איז נישט אונזער וועג, אונזער וועג איז ישמע בזיונו ידום וישתוק.


דער אייבערשטער נעמט זיך אן פאר די כבוד פון צדיקים; עס איז דא אזויפיל שרעקעדיגע מעשיות פון מענטשן וואס האבן באקומען א שרעקליכער עונש פון פארשעמען א איד, פארשעמען א מפיץ. איך ווייס א מעשה, איינער האט צעריסן אין בית המדרש בפני קהל ועדה ספרים פון מוהרא"ש מיט א מורא'דיגער בזיון און גלייך נאכדעם האט ער זיך בטעות אפגעזויגן מיט אן עלעקטערישער זעג זיינע פינגערס השם ישמרינו; אזוי זענען דא כמה מעשיות פון שווערע עונשים לא עלינו.


דו גיי ווייטער הפצה, זיי מחזק אידישע קינדער, גיי מיט א שטאלץ מיט'ן גאנצן שטורעם, אבער אז דו טרעפסט א שיכור, א מנוול - זאלסטו נישט זוכן צו מנצח זיין, נאר מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה איז קלוג.


איך האף דו וועסט מיר דערציילן פון היינט און ווייטער שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן זיך באדאנקט, און שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן דיר פארשעמט און דו האסט נישט געענטפערט.


רבי נתן האט געהאט די מעגליכקייט צו פארשיקן זיינע מתנגדים קיין סיביר, דאך האט ער געזאגט: "איך וויל נישט, איך וויל ענדערש זיין פון די גע'רודפ'טע ווי איידער זיין פון די וואס רודפ'ן יענעם".


בשעת דו גייסט הפצה זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זינג, ברום, מורמל ארויס שטילערהייט ווערטער - וועסטו נישט ווערן גערעגט אויב מען נעמט נישט.