בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
שלמה זולדן נרו יאיר, בני ברק
שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון העלפן אין בית הדפוס; איך הער זאגן אז דו געבסט אוועק שעות ארבעט בהתנדבות צו העלפן דרוקן די גליונות און קונטרסים און דאס פארשפרייטן אין בני ברק, מחזק זיין נשמות ישראל.
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאכנישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "'היינו דאהני ליה', יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".
הלואי זאלן ענק צוריק מאכן די הפצה פארברענג, איינמאל א וואך זאלסטו צאמנעמען די חברים, אינגעלייט און בחורים, זיך מחזק זיין מיט הפצה, יעדער זאל דערציילן זיינע שיינע מעשיות וואס ער האט געהאט די וואך ביי הפצה. ווייז דעם בריוו פאר דיינע חברים, טייל איין אלע שולן און כוללים וכו' אין בני ברק צווישן אייך, (די בתי מדרשים וואס ווילן נישט די גליונות - איז נישט כדאי דארט צו לייגן, עס איז דא אזויפיל שולן און כוללים וואס זענען זיך מחי' מיט די גליונות, דארט דארף מען דאס לייגן).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.