בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן
... תחי', מחנה בית פיגא ברסלב
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
האלטס אייך נישט צוריק פון שרייבן בריוו און פרעגן אייערע ספיקות און באקומען גוטע עצות.
דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ, וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס פרעגט אלע זיינע ספיקות פון זיין רבי, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", און אפילו זיין רבי פארשעמט אים פרעגט ער נאכאלץ זיינע ספיקות, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה, שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", וועט ער זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן זיין גרעסערע תלמידי חכמים ווי זיין רבי; דאס לערנט מען ארויס פון דוד המלך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ד.) דוד המלך פלעגט פרעגן זיין רבי: "יָפֶה דַּנְתִּי? יָפֶה חִיַּבְתִּי? יָפֶה זִכִּיתִי? יָפֶה טִהַרְתִּי? יָפֶה טִמֵּאתִי?" האט ער זוכה געווען צו האבן א זון וואס איז געווען גרעסער אין לערנען פון זיין רבי.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.