בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#59 - פרעגן און זיך לערנען ווי צו פירן די שטוב
מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב, מאך איר נישט אוועק מיט דעם וואס זי האט טויזנט שאלות צו פרעגן, אזוי וועט זי וויסן ווי זיך צו פירן, און אז אירע חבר'טעס זאגן איר אז זי זאל נישט פרעגן, זאל זי טון ווייטער וואס איז גוט פאר איר, ווייל די זאך פון פרעגן שאלות – איז ביי יעדן אנדערש; איינער האט שאלות און א צווייטער האט נישט קיין שאלות, דאס האט מיט יעדן איינעמ'ס נאטור און יעדנ'ס מח, און אז איר מח ווייסט נישט אליין, זי האט מער ספיקות – זאל זי פרעגן און פרעגן ביז זי וועט ווערן אוועק געשטעלט ווי צו פירן די שטוב, די חינוך, די שלום בית, טאטע מאמע וכו'.


קענסט קומען מיט איר ווען דו ווילסט און וויפיל דו ווילסט, פרעגן און זיך לערנען ווי צו פירן די שטוב, און זאלסט נישט שפירן ווי דו מאכסט נערוועז אדער דו האלסט אויף מיין צייט. די הייליגע חכמים זאגן: "ולא הביישן למד", דער וואס שעמט זיך צו פרעגן ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן.

#58 - דער מאן שפילט זיך אינדרויסן מיט נארישקייטן
שלום בית, מורה דרך, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט רחמנות האבן אויף דיין ווייב און מער נישט גיין צום קיאסק, דו זאגסט מיר אליין אז דו גייסט נאר פאר איין מינוט און דו זיצט דארט אפ גאנצע נעכט, און דיין ווייב דארף זיך אליין אן עצה געבן מיט די געזינדל, זי פאלט פון אירע כוחות מיט די קליינע קינדער.


איך בעט דיך זייער, איך האב דיך אזוי מקרב געווען אלס בחור, און איך האב דיר געמאכט דיין שידוך מיט אזויפיל ליבשאפט, און אזויפיל שעה שוין אוועק געגעבן פאר דיר, פאר דיין שלום בית, פאר דיין הצלחה, יעצט בעט איך דיר די איין טובה: גיי נישט מער אין קיאסק, ריר נישט אן מער קיין קאמפיוטער און קיין טעלעפאן; דו ווייסט ביי דיר אז פאר דיר איז די זאכן א סכנה, ווי נאר דו הויבסט אן מיט קוקן נייעס - פארגעסטו פון דיין ווייב, פון דיין משפחה, דו ווערסט אזוי צוגעקלעבט צו דעם פאר לאנגע שעות.


איך האף איך מעג דיר נאך זאגן, לעצטנס האב איך באמערקט ביי אסאך אינגעלייט, ווען איך האב זיי געזאגט ווי אזוי זיך צו פירן - זענען זיי באליידיגט געווארן, און דאס האט גורם געווען אז זיי זאלן מער נישט קומען וכו' וכו', געב איך אכטונג מער נישט זאגן, און אונזער גאנצע שייכות איז אז איך שמייכל און איך גרוס גוט שבת און שוין, איך וויל נישט אונזער שייכות זאל זיין מיט א שמייכל און שוין, אבער איך וויל נישט דו זאלסט ווערן באליידיגט פון מיר, איך שרייב דיר נאר ווייל דו האסט מיר געזאגט נאכן ליל שישי שיעור פון פרשת בהעלותך אז דו האסט תשובה געטון ווען דו האסט געהערט די שיעור אז מען זאל רחמנות האבן אויף די ווייב, נישט זיצן ביינאכט אינדרויסן פון שטוב, ווייל עס איז א גרויסע רחמנות וואס גייט אריבער אויף יונגע ווייבלעך, ווי זיי ווארטן דער מאן זאל אהיים קומען, און דער מאן שפילט זיך אינדרויסן מיטן טעלעפאן, מיט די נייעס, מיט נארישקייטן.


הלוואי וועסטו אנעמען מיינע ווערטער, וועסט נאר מרוויח זיין.

#57 - איז די מלחמה יעצט אין איראן די מלחמת גוג ומגוג?
טעלעפאן, מורה דרך, ארץ ישראל, מלחמה, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מענטשן פרעגן אויב די מלחמה יעצט מיט איראן איז מלחמת גוג ומגוג; וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אונז געזאגט אז די מלחמה פון גוג ומגוג איז אינעם מענטש אליין; אינעם מח, אין הארץ פונעם מענטש. אזוי ווי דער רבי האט פאראויס געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", פאר משיח וועט קומען וועט אראפקומען א מבול פון כפירות און אפיקורסות.


טייערער ליבער ברודער, איך בעט דיר, קוק נישט קיין שום פאדקעסט, קוק נישט קיין קליפס. ווארף אוועק די טעלעפאן, עס איז א גרויסע סכנה, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן. ווער איז דיין רבי? וועם פרעגסטו דיינע שאלות? פרעג אים אויב דו זאלסט האבן דיין טעלעפאון, אדרבה, איך וויל הערן ווי דיין ערליכער איד, דיין מורה דרך - זאגט דיר אז דו קענסט האבן א טעלעפאן, טעבלעט לעפטאפ - וואו מען זעט קליפס, אינטערוויאס, פאדקעסט פון ליצנות און פון כופרים בה'; איך גלייב אז קיין איין דיין וועט דיר דאס מתיר זיין.


אוי וויי, מיין הארץ וויינט ווען איך זע ווי דו ביסט אין א סכנה, אלעס גייט דיר גיין חרוב, אלעס גייט דיר צעפאלן, ווייל דער סמ"ך מ"ם וויל דיך אין דער ערד לייגן, ער וויל דיר אוועק נעמען דיין ווייב, דיין שטוב, דיין גאנצע לעבן, עס איז זייער שרעקעדיג.


דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "דער סמ"ך מ"ם וויל נישט צונעמען נאר יענע וועלט, ער וויל צונעמען די שיינע זיסע לעבן פון די וועלט", און ווער עס האט אויגן קען דאס זען, ווי שטיבער צעפאלן.


מען הערט אין די נייעס ווי מען קען איינפלאנצן א באמבע אין א טעלעפאן און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט, איז דאס פאר מיר א לימוד אז דער טעלעפאן איז א באמבע וואס הרג'ט מיך, עס נעמט אוועק מיין יראת שמים, מיין תמימות, מיין נאאיווקייט.


מען איז פארנומען מיט די נייעס, מיט די מלחמה פון איראן; די מלחמה מיט די טעלעפאן איז סאך א שווערערע מלחמה ווי די מלחמה יעצט מיט איראן, עס איז סאך א גרעסערע סכנה; וויפיל באמבעס פלאצן טאג טעגליך, וויפיל יראת שמים ווערן אוועק גענומען, וויפיל פארלירט מען פון דעם...


עס טוט מיר זייער וויי אז אלעס פרעגסטו מיר און אלעס טוסטו - ביז די טעלעפאן, דאס פארשטייסטו בעסער.

#56 - שוין גענוג ליצנות איינגעזאפט, שוין צייט תשובה צו טון
תפילות אויף אידיש, אמונה, מורה דרך, ליצנות, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, קוק נישט קיין שום קליפס פון קיינעם, קוק נישט קיין פאדקעסט, און זיכער נישט פון מינים און אפיקורסים; דו וועסט פארלירן דיין אמונה, דו וועסט פארוואגלט ווערן, ווייל נאר מיט אמונה קען מען לעבן, אן אמונה איז מען א טויטער.


אז דו האסט קשיות אויף די אמונה זאלסטו גיין וויינען און שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיך ראטעווען. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו), ווען מען האט קשיות אויפן אייבערשטן, "אֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב, וַאֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׁוֹמֵעַ קוֹלוֹ וּפוֹנֶה לְצַעֲקָתוֹ", ווען מען האט קשיות דארף מען שרייען צום אייבערשטן, ביז דער אייבערשטער העלפט, מען באקומט א שטארקע אמונה, "קֻשְׁיָא, רָאשֵׁי תֵבוֹת שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא", די אותיות פון "קשיא" איז די ראשי תיבות פון די ווערטער (תהלים כז, ז): "שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא"; אז מען האט קשיות אויפן אייבערשטן דארף מען שרייען צום אייבערשטן.


גיי שרייען אין פעלד: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן אמונה אין דיר, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר; הייליגער באשעפער איך האב אזויפיל בלבולים, איך האב ספיקות אין די אמונה, העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין ספיקות און קשיות אויף די אמונה, איך זאל וויסן אז אלעס ביסטו, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דיר, העלף מיר איך זאל האבן הייליגע אויגן און א הייליגע מח, הייליגע מחשבות, העלף מיר איך זאל נישט אויסהערן מינים ואפיקורסים, ליצנות אויף די תורה און אויף די הייליגע חכמים".


טייערער ברודער איך האב געזען מיט מיינע אויגן ווי טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט און אזוי אויך ווייבער - זענען צוגרינד געגאנגען, זיי האבן פארלוירן זייער יראת שמים, זייער אמונה, זייער חן, זייער הייליגקייט - ווייל זיי האבן געטראכט אז מען מעג האבן א האלבע טעלעפאן, א פערטל טעלעפאן, אהער מיט אהין, מיט די קלוגשאפט האבן זיי אלעס פארלוירן. אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אין די פרשה, "וקרח שפיקח היה" (במדבר רבה יח, ח), וויבאלד קרח איז געווען קלוג איז ער נעבעך אראפגעפאלן און געווארן א מין, אן אפיקורס.


איך בעט דיר זייער, שוין גענוג ליצנות איינגעזאפט, שוין צייט תשובה צו טון און אנהויבן לעבן מיט אמונת חכמים, אן א טעלעפאן, אן קליפס, אן פאדקעסט. אדרבה, איך וויל וויסן ווער איז דיין גוטער איד וועם דו פרעגסט דיינע שאלות? ווער איז דיין ערליכער איד וועם דו בעטסט ברכות איידער דו גייסט אריין אין א געשעפט? פרעג אים אויב מען מעג קוקן ליצנות, אויב מען מעג קוקן אויף פרעמדע פרויען; נישטא קיין ערליכער איד וואס וועט דיר זאגן אז מען מעג.


איך מוז מקצר זיין, עס טרעט מיר צו צום הארצן.

#55 - זיך דורכשמועסן פון צייט צו צייט
מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


עס איז גוט צו קומען פון צייט צו צייט זיך דורך שמועסן אינאיינעם מיט דיין ווייב תחי'. ביי יונגע פארפעלקער איז דאס גאר וויכטיג, אזוי קען מען אוועק שטעלן די שטוב ריכטיג אויף די יסודות פון די תורה.


ווייל ווי קלוג א מענטש זאל נאר זיין דארף ער אבער טרעפן איינער וואס איז קלוגער פון אים, וואס וועט אים מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן בדרך התורה און מיט שלום.


געדענק, אלס בחור ווען קיינער האט נישט געקוקט אויף דיר האב איך דיך אריינגענומען מיט רחמנות אין ישיבה, און דיך מקרב געווען צום רבי'ן מיט אזא רחמנות, און נאכדעם דיך געברענגט א שידוך, א טייערע ווייב, און יעצט וויל איך דיר ווייטער ברענגען מתנות און דיך ווייטער ווייזן די וועג, איז גוט דו זאלסט קומען מפעם לפעם צו דיין ראש ישיבה.


איך שרייב דיר דאס פון ליבשאפט.

#54 - זיין בקשר מיט'ן דיין
מורה דרך, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער, החתן ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה די אידישע ספר הלכות פאר די אידישע שטוב, זאלסט האבן א שיעור אין דעם ספר, דאס לערנען כסדרן, און ווען דו ענדיגסט די ספר זאלסטו דאס נאכאמאל אנהויבן און לערנען, אזוי זאלסטו טון אלע דיינע יארן.


ווייל נאר אז מען היט די הלכות האט מען געזונטע קינדער, און נאר אז מען לערנט די הלכות ווייסט מען וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט.


אויך זאלסטו זיין בקשר מיטן דיין, זאלסט זיך נישט שעמען צו פרעגן און דערציילן, און אזוי וועט דיין שטוב זיין א פלאץ פאר די שכינה הקדושה.


דיין ראש ישיבה.

#53 - זיך נישט שעמען צו פרעגן
מורה דרך, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער, החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט ערליכע געזונטע דורות.


זע צו לערנען און חזר'ן די הלכות פון טהרת המשפחה. מען דארף דאס אסאך לערנען; צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן און צו וויסן וואס איז א שאלה און וואס מען דארף פרעגן דעם דיין.


געדענק, "לֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד" (אבות ב, ה), מען טאר זיך נישט שעמען צו פרעגן און נישט מורא האבן אלעס צו דערציילן דעם דיין.


איך וואונטש דיר א זיסע לעבן.

#52 - אוועקשטעלן די שטוב ריכטיג נאך די חתונה
הפצה, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי דיר גוט, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך וועל זיך פרייען אז דו וועסט קומען רעדן פון צייט צו צייט, עס איז וויכטיג צו זיין מקושר, בפרט אינגעלייט אין די ערשטע יארן נאך די חתונה ווען מען שטעלט אוועק די שטוב, איז גאר וויכטיג צו זיין מקושר וכו'.


איך בין אין ארץ ישראל, איך בין געפארן מתפלל זיין ביי די צדיקים און אויך מחזק זיין אנשי שלומינו, און אוועק שטעלן א קרן פאר אונזערע מוסדות וואס פירט זיך על טהרת הקודש, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.


שטארק זיך, גיי הפצה, טו יעדן טאג עפעס פאר די גאולה, טו יעדן טאג עפעס פאר נאך א אידן, אים צו מזכה זיין מיט די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן. מען קען זיך האלטן אין היכל הקודש נאר אז מען טוט פאר אנדערע, אז נישט ווערט מען אלט און קאלט חס ושלום.

#51 - מיט קלוגשאפט קען מען מאכן דעם מאן צופרידן
שלום בית, הדרכות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף קום איך קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר, איז גוט איר זאלט פרעגן אייער מאן אויב ער וויל קומען שמועסן מיט מיר, אזוי וועל איך אים קענען מחזק זיין.


עס איז וויכטיג צו וויסן אז מען קען איבערדרייען א מאן זייער גרינג דורכדעם וואס מען קוקט גוט אויף אים און מען איז אים דן לכף זכות, נאר דער פראבלעם איז, אז דער שטן פארשטעלט זיך ווי א פרומער, און די פרוי כאפט נישט אז אין איר איז יעצט דא די 'פרומע שטן', און זי אליין מאכט זיך חרוב איר שטוב.


א קלוגע פרוי וועט אכטונג געבן קיינמאל נישט ארויסווייזן פאר איר מאן אז זי איז מער קלוג אדער מער ערליך, זי וועט מיט חכמה זיך פארשטעלן ווי זי טוט דאס צוליב דאס, און זי מאכט אזוי צוליב יענץ, אבער נישט זיך ארויסשטעלן פארן מאן ווי זי איז די קלוגע און ערליכע, און ער איז דער בטלן און נישט ערליכער. די תורה זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים", א קלוגע פרוי, "בָּנְתָה בֵיתָהּ", בויט אויף איר שטוב, "וְאִוֶּלֶת", און א נארישע פרוי, "בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", מיט אירע הענט טוט זי איינווארפן איר שטוב.


אפילו עס וועט אייך אויסקומען צו גיין מיט אייער מאן צו א רב רעדן און שמועסן ווי אזוי זיך צו פירן, זאלט איר זיין קלוג און פארשטעלן די שאלה אויף זיך, נישט אויפן מאן. צום ביישפיל, א פרוי וואס איר מאן מוטשעט איר צו גיין אנגעטון פריצות'דיג און זי וויל נישט, וועט זי פרעגן ביים רב אינאיינעם מיט איר מאן אויף זיך, 'מעג איך גיין אזוי און אזוי?' אזוי געבט זי אכטונג אז איר מאן זאל זאל נישט ווערן פארשעמט, און ממילא וועלן זיי טון נאר וואס די תורה זאגט, אבער א נארישע פרוי וועט קומען און זיך אהערשטעלן ווי די גרעסטע צדיקת, און אראפמאלן איר מאן ווי א פארברעכער, איז וואס קען מען ערווארטן דא זאל זיין.


מיט אייער קלוגשאפט קענט איר מאכן אייער מאן זאט און צופרידן, און איר וועט בלייבן אנגעטון איידל און ערליך. חכמינו זכרונם לברכה (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר פרויען מער קלוגשאפט ווי פארן מאן.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - פון פאלגן דעם ראש ישיבה דערלייגט מען נישט
הפצה, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


אויב דער בחור ... הערט דיך אויס און נעמט אן וואס דו זאגסט אים, איז כדאי זאלסט אים מחזק זיין צו אויסהערן און פאלגן, געב אים צו פארשטיין אז פון פאלגן דעם ראש ישיבה דערלייגט מען נישט, ווייל איך האב אים זייער געבעטן ער זאל גיין צו די שיעור הלכה אין ישיבה; דאס הייסט ווען ער ענדיגט דעם טאג מיט העלפן פאר די מוסד זאל ער גיין לערנען הלכה. יעצט זאגט ער מיר אז ער האט נישט וואס צו גיין, ווייל ער שפירט נישט ווי מען קען ארויסקומען אויף הלכה למעשה, ער שפירט ווי ער טוט נישט אויף.


איך טענה נישט, און איך זאג נישט איבער צוויי מאל, אבער דו קענסט אים צורעדן יא צו גיין, זיך אויסלערנען ווי אזוי מען לערנט הלכה, ווייל עס איז א שאד אז שפעטער אין לעבן ווען ער וועט וועלן לערנען הלכה זאל ער נישט וויסן ווי אזוי מען כאפט אן דעם שלחן עורך, ער וועט נישט וויסן ווי אזוי מען לערנט הלכה, און אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו קוקן אינעם שלחן ערוך ווייסט מען נעבעך גארנישט, מען ווייסט ניטאמאל וואס צו פרעגן, וואס איז א שאלה.


בכלל זאלסטו געדענקען אז מחזק זיין אנשי שלומינו איז זייער א גרויסע מצוה, אנשי שלומינו דארפן אסאך חיזוק, מען דארף געדענקען צו מאכן מיט זיי אויך הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - פון פאלגן א צדיק האט מען נישט חרטה
קינדער, חיזוק פאר פרויען, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע מצורע, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט זיך און פרייט זיך אז איר האט וועם צו פרעגן אייערע שאלות, און לאזט נישט דעם סמ"ך מ"ם פארדרייען דעם קאפ און אייך מאכן חלישות הדעת, און אז מען האט אייך געזאגט איר זאלט אביסל ווארטן וכו' – זאלט איר נישט ווערן פון דעם צעבראכן און טראכטן היתכן אנדערע זאגט מען נישט צו ווארטן, און נאר אייך זאגט מען צו ווארטן וכו'; וואס האט איר מיט אנדערע און וואס דארף אייך אנגיין וואס אנדערע טוען? פון פאלגן א צדיק וועט איר נישט חרטה האבן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער, און יעצט איז די צייט זיך אפצורוען וכו'; צעקלאפט זיך נישט, צעברעכט זיך נישט, איר זענט א גוטע מאמע, איר זענט א גוטע ווייב.


גייט יעדן טאג שפאצירן צווישן די גראז און ביימער, דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער און דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מורה דרך וועם צו פרעגן אייערע שאלות, דאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - עס איז וויכטיג צו פרעגן אלע ספיקות
קינדער, חלישות הדעת, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט אז דו ביסט געקומען מיט דיין ווייב איבערשמועסן ענקערע ספיקות און ווי אזוי צו פירן די שטוב, עס איז וויכטיג אין די ערשטע יארן נאך די חתונה צו פרעגן אלע ספיקות, אוועק צו שטעלן די שטוב ריכטיג און ערליך.


בארואיג דיין ווייב, זי האט חלישות הדעת אז זי איז נישט קיין געזונטע פרוי וכו' ווייל מען האט גע'פסק'נט בנוגע קינדער וכו' אז זי זאל ווארטן וכו'; זאג איר זי זאל זיך נישט אראפקלאפן, זאג איר אז מען דערלייגט נישט אז מען פרעגט, און זיכער דערלייגט מען נישט אז מען פאלגט.


אלע פראבלעמען הויבן זיך אן ווען מען קוקט אויף א צווייטן, ביי די פרויען איז דאס מער, מען זוכט ארויס צו קראצן ביי אנדערע וואס מען האט זיי גע'פסק'נט, פארוואס פאר די פרוי האט מען געזאגט נישט ווארטן וכו' און פאר מיר יא ווארטן וכו', דאס קוקן אויף אנדערע און דאס זוכן צו זיין ווי אנדערע - דאס לאזט נישט לעבן. מען דארף לעבן מיט די מעשה וואס דער רבי האט אונז דערציילט פונעם תם (ספורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם), אז ווען זיין ווייב האט אים געפרעגט די סארט מחשבות, פארוואס דער און פארוואס יענער? האט ער איר געזאגט מיט א שמייכל: "וואס האט דאס מיט מיר? וואס גייט מיך אן וואס יענער פארדינט?" וואס גייט מיך אן וואס דער רב האט יענעם געזאגט? וואס גייט מיך אן פארוואס פאר יענע פרוי זאגט מען נישט ווארטן וכו' און פאר מיר יא ווארטן וכו', וואס האט יענעמ'ס לעבן מיט מיר? "דאס איז מיין מעשה און דאס איז זיין מעשה, און וואס דארף איך רעדן פון אנדערע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - נאר אז מען היט די תורה איז דא אמת'ע ליבשאפט און שלום
שלום בית, אידישע שטוב, מורה דרך, הלכה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט היטן די הלכות וכו' - וועט איר זען ווי דער אייבערשטער וועט אייך העלפן, עס וועט קומען א רוח טהרה אין שטוב, אויף אייך און אויף אייער מאן; נאר אז מען היט די תורה איז דא אמת'ע ליבשאפט און אמת'ע שלום.


שטייט שטארק, אייזן שטארק - נישט זיך אוועק רירן פון די תורה; אין די טעג וואס מען דארף היטן הלכות איז נישטא קיין דריידלעך און קיין מעשיות, עס איז א שפיל מיט פייער.


בנוגע אייער מאן; אמאל פלעגט ער מיר שרייבן, ער האט געהאט א שטיקל קשר - האב איך אים געקענט מחזק זיין, היינט הער איך נישט פון אים; הלוואי וואלט ער צוריק געמאכט די קשר, וועל איך אים מחזק זיין ער זאל היטן שבת און זיין אן ערליכער איד.


אז מען רייסט זיך אפ פון צדיק איז גאר ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - נאר איין אינטערעס, אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן
שאלות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר, איך האב אסאך נחת פון דיר, דו ביסט פון די ערשטע אין שול, מען זעט דיך אין שול דאווענען און לערנען.


איך האב דיך זייער ליב, איך וויל אונזער נאנטקייט זאל ווערן שטערקער, איך האב נישט קיין אייגענע אינטערעס ווען איך ענטפער שאלות, ווען איך געב עצות, נאר די איין אינטערעס האב איך, עס זאל יענעם אויך גוט זיין, אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן און האבן א זיסע לעבן.


גיי אן מיט דיין עבודת השם יתברך.


שכוח פארן העלפן צאלן רענט פאר די ישיבה.

#45 - פרעגן א מורה דרך, אבער נאר מיט אן אמת
מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ו): "עֲשֵׂה לְךָ רַב", נעם זיך א רב, נעם זיך א רבי וואס וועט דיר לערנען ווי צו לעבן מיטן אייבערשטן; מען מוז האבן א רב, אן א רב קען מען זייער פארקריכן. מען דארף זוכן א רב וואס איז דבוק צום אייבערשטן, און אזוי וועט מען זוכה זיין אויך צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, און ווי מער מען איז זיך מבטל פארן רבי'ן - איז מען זוכה צו מקבל זיין מער און מער קדושה וטהרה.


אויף דיין פראגע, 'וואס קען מען טון אז דער מאן וויל פרעגן און טון וואס דער רבי זאגט, אבער די ווייב וויל נישט פרעגן און וויל טון ווי זי פארשטייט?' דארף מען דאס אויך זאגן פארן רב, און ווען מען פרעגט די פראגע דארף מען אויסשמועסן אז 'איך וויל פרעגן, אבער מיין ווייב וויל אזוי און אזוי', און די זעלבע זאך פארקערט, אויב די פרוי האט א רב, א רבי - וועם זי פרעגט אירע שאלות, און דער מאן וויל נישט פרעגן זאל זי אויסשמועסן אז איר מאן וויל אזוי און אזוי, און דער רבי וועט איר מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן.


דער עיקר עס זאל זיין מיט אן אמת און מיט ביטול, נישט אויף נאכצומאכן אנדערע וכו', און נישט אוועק נעמען צייט פון רבי'ן אים אויסלערנען ווי צו ענטפערן וכו'. אזוי ווי די מעשה, א איד געקומען צום רבי'ן, דער איד איז געווען זייער צוגעבינדן צום רבי'ן, מען האט אים גערופן רבי ישראל פון נעמירוב, און ער האט געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל אים לאזן פארן צו א געוויסע פלאץ - וואו עס איז געווען דארט א מלחמה - פאר פרנסה; היות דער מענטש האט זייער געוואלט פארן האט אים דער רבי נישט געזאגט בפירוש ער זאל נישט פארן, נאר דער רבי האט אים געזאגט די ווערטער: "זאלסט זיך פארנעמען אז יא מיט ניין איז ביי דיר גלייך, און זאלסט זאגן פינף קאפיטלעך תהילים, נאכדעם ווי אזוי עס וועט דיר אריינקומען אין מחשבה - אזוי זאלסטו זיך פירן", ער האט אזוי געטון, און ער איז צוריק געקומען צום רבי'ן זאגנדיג: "עס איז מיר אריין אין מחשבה איך זאל יא פארן", פארן רבי'ן איז דאס נישט געפאלן, דער רבי האט געוויסט קלאר אז דער איד האט נישט אינזין געהאט יא און ניין צוגלייך (פעולת הצדיק, סימן תתקע); זעט מען אז נאר ווען מען וויל טאקע הערן וואס דער רבי האט צו זאגן, א יא און א ניין איז גלייך - נאר דעמאלט באקומט מען דעם ריכטיגן ענטפער.


דער עיקר דארף מען בעטן אסאך דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן נארן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, "שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", לאזט אייך נישט נארן, "כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד" די וועלט נארט אייך; מען זאל לערנען און דאווענען און עוסק זיין וואס מער אין הפצה, פארשפרייטן דעם צדיק אויף דער וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#44 - עס איז נישט גוט עס זאל זיין א פחד אין שטוב
שלום בית, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב שרייבט אז זי האט ספיקות וואס זי וויל פרעגן און דו ווילסט נישט קומען פרעגן, זי בעט אין די בריוו מיט אימה ופחד, איך זאל דיר נישט זאגן אז זי האט געשריבן.


ערשטנס, עס איז נישט גוט עס זאל זיין א פחד אין שטוב, אויב די ווייב אדער די מאן האבן א אימה ופחד איינער פון צווייטן - איז די שטוב געבויט נישט געזונט. צווייטנס, מען מוז האבן א מורה דרך וועם מען פרעגט אלע ספיקות, צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, עס איז זיכער דא אין יעדע דור צדיקים וואס קענען העלפן דעם מענטש און ווייזן די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך צו פירן וכו' וכו'.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן א וועג ווייזער א צדיק וואס זאל דיר העלפן אין לעבן, א וועג ווייזער וואס וועט דיך ברענגען נאנט צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט אויפן פסוק (דברים טז, יח): "שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ", עס איז א מצוה צו נעמען א פירער; שטעלט זיך די פראגע, וועם נעמט מען פאר א מנהיג? וועם נעמט מען פאר א וועג ווייזער? "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ", איינער וואס געבט דיר אריין דעם אייבערשטן, ער רעדט שטענדיג פון אמונה און פון תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#43 - נישט יעדע זאך וואס אנדערע טוען, איז צניעות'דיג
צניעות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער פראגע.


וועגן פארן מיט א בייק וכו'; עס איז נישט קיין צניעות פאר א פרוי צו פארן אויף א בייק אויפן טרעיל. נישט יעדע זאך וואס אנדערע טוען מיינט אז דאס איז צניעות'דיג; איר זאלט דאס נישט טון אפילו איר זעט אנדערע טוען דאס, איר זאלט זיך פירן מיט צניעות און יראת שמים.


איך וויל בעטן, יעצט זאלט איר נישט גיין זאגן פאר אנדערע וואס טוען דאס יא אז דאס איז פריצות; דאס זאג איך אייך און פאר ווער עס פרעגט, אבער איך וויל נישט מען זאל זען בכלל זאכן וואס אנדערע טוען.


לערנט אויס אייערע קינדער אז מען דארף האבן אין לעבן א מורה דרך, אָן א מורה דרך איז מען א פארלוירענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - אויסרימען די ווייב מיט איר איידלקייט
צניעות, מורה דרך, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער צו הערן שיינע גריסן אויף דיר, אז דו לערנסט, ביסט קובע עתים לתורה און דו דאווענסט די דריי תפילות מיט מנין; מער פון דעם דארף מען נישט, דאס איז דער עיקר פון א איד, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מען דארף נישט מער טון, נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


איך בעט דיר זייער זאלסטט אויסלויבן דיין ווייב מיט איר איידלקייט און מיט איר איידעלע וועג ווי זי גייט אנגעטון. איך ווייס די בלוט קאכט דיר, איך ווייס דו האלסט עס פעלט נישט אויס, ביז דערווייל איז דאס נישט אינטערעסאנט און חשוב, דאך בעט איך דיר, שלעפ נישט אראפ איר צניעות, מאך איר נישט אויסטון איר שיינע איידעלע וועג ווי זי גייט אנגעטון. וועסט זען נאך א שטיק צייט אז איידלקייט איז נאר א מעלה, איידלקייט העלפט האבן א זיסע לעבן. איך קען נישט אלעס שרייבן, איך האף דו וועסט מיר גלייבן וואס איך זאג דיר, געלויבט דעם אייבערשטן איך האב דיך נישט פארפירט ביז אהער; נישט דיר און נישט קיינעם. מוהרא"ש האט מיר כמה פעמים געזאגט: "קענסט זיך בארימען האסט קיינעם נישט אפגענארט, אפילו די תלמידים וואס גייען אוועק פון דיר – האסטו נישט אפגענארט, אויב עפעס האסטו זיי מזכה געווען מיט לכל הפחות איין מאל ששה סדרי משנה וכו'", און איך וועל דיר ווייטער נישט פארפירן.


בעט איך דיר זייער זאלסט אויסרימען דיין ווייב מיט איר איידלקייט, און אז די בלוט קאכט – זאלסטו לערנען גמרא מיט משניות און גיין התבודדות.


די וואס מיינען אז די ווייב וועט גיין קורצער, שמאלער, אויסגעשניטן - דאס פעלט זיי, און נאכדעם וועלן זיי זיך בארואיגן – די האבן א טעות; עס העלפט נישט, עס בארואיגט זיך נישט, עס מאכט נישט זאט, איין זיך מאכט זאט – תורה און נאכאמאל תורה.


איך האב דיך זייער ליב, איך וויל נאר דיין גוטס, איך וויל זאלסט מיר שרייבן אז מיר זאלן בלייבן נאנט.


 


 

#41 - אז מיך פאלגסטו נישט, זאג נישט דער ראש ישיבה איז דיין מורה דרך
רעדן, מורה דרך, חתן, כלה, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


אדער פאלגסטו, אדער גיי מיט די וועג ווי דיינע עלטערן פירן זיך; ווייל אז מיך פאלגסטו נישט – זאלסטו נישט זאגן פאר דיינע עלטערן אז דער ראש ישיבה איז דיין מורה דרך.


מערסטנס קענסטו רעדן צען מינוט און אויך נאר מיט שכל וכו' וכו', און אז דו פאלגסט נישט, דו רעדסט יעדן טאג חתן כלה שעות, און מען רעדט וכו' וכו' – דארפסטו טון ווי מען פירט זיך ביי ענק אין די משפחה, אז חתן כלה רעדן נישט.


זיי שטארק אין לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן חק ולא יעבור, מקרא, משנה, גמרא. אויך זאלסטו זיך שטארקן מיט דאווענען מיט מנין די דריי תפילות יעדן טאג.

#40 - דיין טאטע איז אלט און שוואך, גיי אריבער יעדן טאג אים צו באדינען
כיבוד אב ואם, מוסר, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי נישט בייז אז איך זאג דיר מוסר, איך וויל נאר דיין אייביגע גוטס.


האסט אן אלטן טאטן, אלט און שוואך, קיינער קוקט זיך נישט אום אויף אים; פארוואס זאלסטו נישט אריבערגיין יעדן טאג אים משמש זיין? עס איז דאך די גרעסטע מצוה אויף דער וועלט מכבד זיין א טאטע, משמש זיין א טאטע; איך וויל נישט זאגן פאר אנדערע וואס צו טון, הלוואי זאל איך אליינס זיין אן ערליכער איד, אבער דו זאגסט מיר שטענדיג: "דער ראש ישיבה זאל מיר זאגן ווי צו לעבן", "דער ראש ישיבה זאל מיך פאררעכטן אויב איך טו נישט גוט" – דערפאר זאג איך דיר.


דיינע אלע עבודות השם וואס דו דינסט דעם אייבערשטן איז זייער הייליג און חשוב, אבער די מצוה פון כיבוד אב ואם, אז מען האט אן אלטע שוואכע טאטע וואס ליגט אין בעט - ווי קען מען זיך פטר'ן מיט צושטעלן אן ערל? פארוואס זאלסטו נישט גיין יעדן טאג אים משמש זיין?


איך האב געלערנט כיבוד אב ואם פון מיינע עלטערן; מיין טאטע שליט"א, מיין מאמע תחי' – כל זמן זיי האבן געהאט זייערע עלטערן – האבן זיי טאג און נאכט באדינט די עלטערן. אויך מיין שווער שליט"א, כל זמן זיינע עלטערן האבן געלעבט – האט מען אים געזען טאג און נאכט משמש זיין די עלטערן.


איך שרייב דיר, איך וויל זאלסט אריינכאפן צו קענען טון די מצוה.

#39 - אן א מורה דרך איז נישט גוט, מען קומט אן אין א טיפע גרוב
מורה דרך

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א מענטש מוז האבן א מורה דרך וועמען ער פרעגט יעדע פרט פון לעבן, אן א מורה דרך איז נישט גוט, מען קומט אן אין א טיפע גרוב רחמנא לצלן.


ווער דער מורה דרך זאל זיין – דאס קענסטו זיך אליינס אויסוועלן, בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן אן ערליכער איד וואס זאל דיך פירן אויף די גוטע וועג.


אז דו ביסט נישט באקוועם צו פרעגן דיין ראש ישיבה וכו', האסט א שרעק וכו', און דו שעמסט זיך וכו' – זאלסטו נעמען א צווייטן, זוך איינעם ווער עס זאל דיך מדריך זיין, פארלאז זיך נישט אויף דיין אייגענע שכל, מען קען פארקריכן אז מען גייט נאך די אייגענע שכל.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך פירן אויפן אמת.


 

#38 - דער עיקר דארף מען קוקן אויב ער האט אמונת חכמים
שידוכים, אמונת חכמים, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


ביטע איבערגעבן די בריוו פאר אייער מאמע.


מרת ... תחי',


אויב איך מעג בעטן איר זאלט נאכאמאל אריינקוקן אין די שידוך וואס איך האב אנגעטראגן, הבחור ... נרו יאיר. איך ווייס אז איר האט זיך דערשראקן ווען דער טאטע האט גערעדט קעגן זיין ווייב צו אייך, איר טראכט 'וואס פעלט מיר אויס מאכן א שידוך מיט א משפחה וואס קריגט זיך? וואס פעלט מיר אויס אריינלייגן מיין קינד אין אזא שטוב?' דאך וויל איך נאכאמאל אנטראגן די שידוך, ווייל דער בחור איז אזא טייער קינד, אזא נשמה, אזוי ערליך מיט גאלדענע מידות; ועל כולם, ער האט אמונת חכמים, ער איז דבוק צו צדיקים, וואס היינטיגע צייטן איז דאס דער עיקר; אז עס איז דא אמונת חכמים האט א מענטש א מורה דרך וואס ברענגט אים צום אייבערשטן און איז אים מדריך ווי אזוי צו פירן א שטוב, דעמאלט איז שוין אלעס דא, דאס איז דער עיקר; איז אפשר יא כדאי צו מאכן די שידוך.


ביטע מיר מודיע זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - מאך אליין דעם חשבון, איז די סארט טעלעפאן גוט פאר דיר?
התחזקות, טעלעפאן, חשבון הנפש, מורה דרך, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע דיין טעלעפאן; בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן שמירת עיניים און שמירת המחשבה. דער רבי האט אונז מזהיר געווען מיר זאלן האבן א ריינע מח, אזוי ווי ער האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיד): "סֶע הָאט אַ פָּנִים אַז מֶע מוּז זִיךְ פוּן אַ הִרְהוּר זֵייעֶר הִיטְן".


מאך זיך א חשבון וויפיל גוטס קומט ארויס פונעם טעלעפאן און וויפיל שלעכטע מחשבות קומט דורך דעם; זאג נישט 'וואס איז שוין א שלעכטע מחשבה?' חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט.): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה".


בחורים אין ישיבה האבן יעצט אנגעהויבן מיט א טעלעפאון, וואס מיר זאגן זיי אז עס איז כשר אבער אין ווארהייט איז דאס א קליינעם סמארטפאון; איך האב זיי היינט געזאגט: "מיך איז א שאד אויסצושפילן, ענק זאלן נאר זיין אמת'דיג מיט ענק אליין, ווייל אז מען האט א נישט גוטע טעלעפאן קומט מען נאכדעם צו קוקן, און מען פארלירט אלעס".


די בריוו איז נאר דיך צו שטארקן, איך האב גאר וויכטיגע זאכן וואס צו טון, איך שרייב דיר ווייל איך וויל דו זאלסט מצליח זיין, איך וויל דיך נישט באליידיגן, איך זוך נישט זיך אריינמישן אין דיין לעבן.


אויב די בריוו צעברעכט דיר און עס מאכט דיר חלישות הדעת - זאלסטו מיר מודיע זיין און איך וועל דיר נישט שיקן קיין בריוו, ווייל כי לטובה כוונתי, מיין גאנצע ציל איז נאר דיר גוט צו מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - דו קענסט נאך האבן א זיסע לעבן
שלום בית, בית המדרש, מורה דרך, דאווענען, יאוש, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פארליר זיך נישט, געב נישט אויף, דו קענסט נאך האבן א זיסע לעבן מיט דיין ווייב. איך וויל רעדן מיט אייך ביידע, בדרך כלל נעם איך אויף זונטאג. לאז מיר וויסן אויב איר קענט קומען אינאיינעם, איך וועל מאכן צייט פאר ענק.


שטארק זיך, גיי אין שול יעדן טאג דאווענען די דריי תפילות, אויף דעם זאלסטו זיך פארלייגן. אפילו עס איז שווער, אפילו דו ביסט אפגעמאטערט און דו ווילסט גיין שלאפן – גיי דאווען מעריב דוקא אין שול, אזוי אויך אינדערפרי זאלסטו נישט גיין ארבעטן – נאר נאכן דאווענען.


אלעס וועט גיין אנדערש, די לעבן ווערט אזוי גוט ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן, וועסט זען א ישועה אין יעדע פרט.


למען השם זאלסטו טון וואס שטייט אינעם בריוו, וועסטו מצליח זיין.


מיר ענדיגן יעצט מסכת קידושין און מיר הויבן אן מסכת בבא קמא, כאפ זיך מיט, לערן יעדן טאג א בלאט גמרא.





 


 





 

#35 - נעם נישט אריין קיין בחורים שלאפן ביי דיר
צניעות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעם נישט אריין קיין בחורים שלאפן ביי דיר; א יונגע פארפאלק דארף זייער אכטונג געבן די הויז זאל זיין בצניעות. האסט א קליינע הויז און א יונגע ווייב, עס איז נישט ריכטיג אריינצונעמען געסט און זיכער נישט בחורים - אפילו קרובים, און אז דו נעמסט אריין דיין ברודער און ער שלאפט אריין אין טאג אריין; וויי געוואלד, עס איז דאך אן איסור יחוד, דו גייסט ארויס אינדערפרי און דו לאזט א בחור שלאפן ביי דיר אין שטוב - דאס איז געפערליך.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר, איך האב אויך נישט געוואוסט וואס איז ריכטיג, איך פלעג אויך ארייננעמען צו מיר בחורים וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן (דאס איז א באזונדערע מעשה, אז דיקא די בחורים וואס איך האב אריינגענומען צו מיר אין שטוב און זיך אפגעגעבן מיט זיי - די זענען געווארן פאר מיר גרויסע עזות פנימ'ער), ביז מוהרא"ש האט מיר איינמאל געזאגט, ווען איך האב דערציילט אויף א בחור אז ער האט נישט וואו צו שלאפן, ער איז ממש א היימלאזער - אז ער שלאפט ביי מיר - האט מיר מוהרא"ש אנגעקוקט שטרענג און געזאגט קלאר און שארף: "נעם נישט אריין קיין בחורים שלאפן ביי דיר אין שטוב"; פון יענע נאכט האט זיך ביי מיר אלעס געטוישט, איך האב פארמאכט די שטוב, אוועק געשיקט די בחורים.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב געטראפן א צדיק ער זאל מיך מדריך זיין אויף טריט און שריט זאגן וואס צו טון און וואס איז ריכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.