אין זכות פון נישט שניידן די נעגל, וועט עס זיין געזונט
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
בזכות וואס איר שטארקט זיך צו נישט לייגן נעגל פאליש וועט דער אייבערשטער העלפן איר וועט האבן שיינע געזונטע נעגל און די נעגל וואס האט געהאט די אינפעקשאן און עס האלט זיך אין איין צעברעכן - וועט זיך אויסהיילן און ווערן צוריק א געזונטע נעגל.
מען פארדינט נאר אז מען פאלגט א צדיק, און אז מען גייט אין די וועג פון א צדיק.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.