בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - אין זכות פון נישט שמירן די נעגל, וועט עס זיין געזונט
נעגל

אין זכות פון נישט שניידן די נעגל, וועט עס זיין געזונט


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


 בזכות וואס איר שטארקט זיך צו נישט לייגן נעגל פאליש וועט דער אייבערשטער העלפן איר וועט האבן שיינע געזונטע נעגל און די נעגל וואס האט געהאט די אינפעקשאן און עס האלט זיך אין איין צעברעכן - וועט זיך אויסהיילן און ווערן צוריק א געזונטע נעגל.


מען פארדינט נאר אז מען פאלגט א צדיק, און אז מען גייט אין די וועג פון א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - לעבן מיטן אייבערשטען
תפילות אויף אידיש, שמחה, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויף אייער פראגע, ביי די שיעורים זאגט מען 'מען קען זיין קיל (טשילד אוט) מיטן אייבערשטן', און פון די אנדערע זייט זאגט מען אז דאס טאר מען נישט, יענץ טאר מען נישט; אויב שמירן די נעגל איז נישט גוט, א לאנגע צעלאזטע שייטל איז נישט גוט און א סמארטפאון איז נישט גוט – איז ווי קען מען זאגן אז מען קען זיין קיל (טשילד אוט) מיטן אייבערשטן?


דער ענטפער איז, ביידע זענען ריכטיג, ביידע לימודים זענען לימודים פונעם צדיק; פון איין זייט לערנט אונז דער צדיק מען זאל זיין איידל, מען זאל נישט שמירן די נעגל און זיך אפשערן די האר, דער צדיק בעט זיך, ווייל נאר איר וועט פון דעם פארדינען, דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה.): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך מידה טובה מרובה, בזכות זיך אפשערן וועט די פרוי האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער; דער צדיק וויינט, 'טייערע אידישע טעכטער, מען קען זיך איינשפארן אלע צרות, מען קען ברענגען משיח', און פון די אנדערע זייט, אז איר זענט נאך ווייט פון די זאכן, אייער מח דארף נאך די זאכן, אייער מח קען נישט פארנעמען זיך אפשערן, זיך נישט שמירן וכו' וכו', זאלט איר אבער לעבן מיטן אייבערשטן, איר זאלט בעטן אויף דעם, איר זאלט וועלן און בענקען צו זיין איידל. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "איך זאג אנדערש פון די וועלט, די וועלט זאגט 'אז דו ביסט אראפגעפאלן, דו עסט חזיר רחמנא לצלן – זאל עס שוין רינען אויפן בארד', איך זאג אנדערש, איך זאג 'אז דו ביסט אראפגעפאלן – זאל עס כאטשיג נישט רינען אויפן בארד'"; שרייט צום אייבערשטן, בעטס דעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס לעבט מיטן באשעפער, יעדע זאך בעט ער פונעם אייבערשטן, יעדע זאך טראכט ער 'וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן?' מען מעג פארברענגען, עסן, שמועסן, אבער אין די זעלבע צייט געבט מען זיך אכטונג צו רעדן איידל, און מען עסט נאר מיט א הכשר, און מען האלט די שטוב ריין, אפגעהיטן פון עבירות; פון איין זייט איז מען קיל – אבער מיט די תורה.


בעטס דעם אייבערשטן אויף די זאך, דאס מערסטע אויף שמחה, בעטס אים די תפילה: "הייליגער באשעפער העלף מיר זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, נישט האבן קיין תרעומות אויפן אייבערשטן, נישט פרעגן קיין קשיות, נאר גלייבן אז דומם, צומח, חי און מדבר, הכל לכל איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, אלעס איז דער אייבערשטער.


הייליגער באשעפער, געב מיר כח, געב מיר מח, געב מיר אמת'ע שמחה מיט א שטארקע אמונה, איך זאל נישט קוקן אויף קיינעם, איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל ליב האבן מיין מאן מיט מיינע קינדער, איך זאל ליב האבן יעדע פינטל פון אידישקייט, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן".

#7 - די שרעקעדיגע מלאכים וואס קומען צום מענטש וואס שמירט די נעגל
צניעות, נעגל וואסער, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איר האט מיר געבעטן חיזוק אויף נישט שמירן די נעגל, עס קאכט אין אייך א פייער צוריק אנהויבן שמירן די נעגל; וואס זאל איך אייך זאגן, וואלט איר געזען די שרעקעדיגע מלאכים וואס קומען צום מענטש וואס שמירט די נעגל – וואלט איר גע'חלש'ט פון גרויס פחד; וואלט איר געזען די גרויסע פארציקנדע וועלף וואס רינגלען ארום די מיידל און פרוי וואס שמירט די נעגל – וואלט איר פון פחד געשטארבן; איז וואס ווילט איר האבן די צרות? וואס דארפט איר ארום אייך די קליפות, שדים?


ענדערש הויבט אן - אנשטאט שמירן די נעגל - מאכט נעגל וואסער; זייט מקפיד נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער. אויך אייערע קינדער זאלט איר אפגיסן נעגל וואסער, וועלן זיי אויפוואקסן ערליך און הייליג.


זייט שטארק מיט אייער נדר, וואס איר האט צוגעזאגט פארן אייבערשטן נישט צו שמירן די נעגל; בזכות דעם וועט איר זוכה זיין צו זיצן אין גן עדן מיט די ערליכע הייליגע אידישע פרויען.

#6 - נוצן נעיל פאליש פאר אנדערע זאכן
צניעות, חיזוק פאר פרויען, נעגל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נעיל פאליש ברענגט דינים ווען מען שמירט דאס אויף די נעגל, אבער אז מען וויל דאס נוצן פאר אנדערע זאכן, צום ביישפיל צוקלעבן די קייטל - איז דאס נישט קיין פראבלעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - שמירט נישט די נעגל
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, נעגל

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שמירט נישט די נעגל, בפרט יעצט אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב - איז זיכער נישט כדאי זיך שמירן די נעגל, אפילו עס איז נישט שייך חציצה וכו'; דאס וועט זיין א זכות פאר אייך צו האבן גרינג און מיט נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4 - נישט שמירן די נעגל, אפילו מיט די דורכזיכטיגע
צניעות, חיזוק פאר פרויען, תהלים, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שמירט נישט די נעגל. מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט שמירן די נעגל, אפילו די דורכזיכטיגע.


איר ווילט זיכער ערליכע דורות, איר ווילט זיכער אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, זאלט איר נישט שמירן די נעגל; נישט פון די הענט און נישט פון די פיס. עס איז א גוי'שע זאך, עס ברענגט דינים.


שטארקט אייך מיט זאגן תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) תהילים איז אזוי ווי א וואקער אויף וואס מען קען זיך אנלאנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3 - בעטן דעם אייבערשטן אז צניעות זאל נישט זיין אן אפקומעניש
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, נעגל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן איידלקייט, בעטס דעם אייבערשטן צניעות זאל אייך נישט זיין אן אפקומעניש. מיט תפילה קען מען פועל'ן אלעס, מיט תפילה קען מען אויסדרייען דעם מח מען זאל וועלן און ליב האבן יעדע זאך פון די תורה.


איך קען פערזענליך משפחות פון אנשי שלומינו וואס האבן געהאט די זאך אין אנהויב, עס איז זיי געווען שווער מיט די האר, זיי האבן נישט געוואלט אפשניידן די האר, און אויך מיט די נעגל, זיי האבן נאר געוואלט שמירן די נעגל און אזוי ווייטער, און מיט אסאך תפילה והתבודדות, זיי האבן יעדן טאג געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל ליב האבן צו זיין איידל, איך זאל מיך וועלן אפשערן די האר, איך זאל נישט וועלן מער שמירן די נעגל, איך זאל ליב האבן די איידעלע וועג, איך זאל נאר ליב האבן וואס די צדיקים זאגן"; אזוי האבן זיי געבעטן טעג און וואכן און אפילו יארן, און היינט זענען זיי זייער איידל און פירן שיינע ערליכע שטובער.


מיט תפילה וועט איר אנקומען צו די שענסטע פלעצער.

#2 - נישט שמירן די נעגל
חיזוק פאר מיידלעך, הלכה, נעגל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תלמידה בית פיגא


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט נישט באשמירן אייער נעגל מיט נעי"ל פאלי"ש.


מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אויף דעם, עס איז א גרויסער פראבלעם; עס איז א חציצה, און אויך איז דאס בכלל (ויקרא יח, ג): "וּבְחֻקֹּתֵיהֶם לֹא תֵלֵכוּ".


איך האף איר וועט טון מיין ווילן.

#1 - פאר די ביסל האר, לוינט זיך צו ליידן אזויפיל צרות?
שמחה, צרות, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, שערן די האר, מוהרא"ש, אידישע שטוב, ראש ישיבה, נעגל

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט בלייבן ווייטער מיט אייער הייליגקייט פון זיך שערן די האר. איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אזויפיל מאל ווי ער האט געקרעכצט און געוויינט, ער האט געזאגט: "א שאד, פאר די ביסל האר האלט מען צוריק די גאולה; א שאד, פאר די ביסל האר איז דא אזויפיל צרות אויף די וועלט, א שאד פאר די ביסל לייזיגע האר זאל מען פארלירן די קינדער".


איך בעט אייך זייער, בלייבט שטארק מיט אייער אידישקייט. איך האב זיך מוסר נפש געווען פאר אייך, פאר אייער שידוך; איך האב באקומען נאר בזיונות און שפיכות דמים, מען רעדט אויף מיר כל דבר אסור כאחד הרקים; איך טו ווייטער, איך וויל אריינברענגען קדושה וטהרה ביי אידישע קינדער.


יעצט הער איך אז עס הויבט זיך אן א נייע זאך, עס זענען דא פרויען וואס מאכן זיך די נעגל. וויסן זאלט איר, מוהרא"ש האט געזאגט אז מען טאר דאס נישט טון, איך ווייס מעשיות פון יונגע פארפעלקער וואס מוהרא"ש האט זיי חתונה געמאכט און זיך געפארעט מיט זיי, ער האט זיך איינגעטונקען אין בלאטעס ארויס צו שלעפן טייערע אידישע נשמות וואס זענען נעבעך אראפגעפאלן, "הָאֱמֻנִים עֲלֵי תוֹלָע", טייערע אידישע קינדער, "חִבְּקוּ", האבן ליב באקומען, "אַשְׁפַּתּוֹת", מיסט (איכה ד, ה). מוהרא"ש האט זיך אזוי אראפגעלאזט צו זיי מיט אזא רחמנות, ביז די צוויי זאכן, די האר מיט די נעגל; מוהרא"ש האט געוויינט און זיך געבעטן: "געבט מיר די צוויי זאכן, שערט אייך אפ די האר און שמירט נישט די נעגל; איך זאג אייך צו די וועלט און יענע וועלט".


וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז אריבער שוין צען יאר, די וואס האבן געפאלגט - די האבן הערליכע ליכטיגע משפחות. דא אין שטעטל וואוינען טייערע משפחות וואס האבן געהאט די נסיונות פון האר און שמירן די נעגל, אבער זיי האבן געפאלגט דעם צדיק, זייערע שטובער זענען ליכטיג, און ליידער זענען געווען געציילטע וואס האבן נישט געפאלגט, און עס איז שוין גארנישט געבליבן פון זייערע שטובער.


היינט האב איך געגעבן א שיעור פאר בית פיגא תלמידות, איך האב גערעדט צו זיי פון דעם ענין ביז איך האב געמוזט ענדיגן ווייל עס האט מיר אנגעהויבן דרוקן די הארץ פון דעם וואס איך הער יעצט אז מען וויל זיך שמירן די נעגל און מען וויל בלייבן מיט די האר.


איך האב געעפנט די שטעטל מיט בלוט און שווייס, מיין לעבן געב איך אוועק פאר די שטעטל; מיין ווייב, מיינע קינדער - אלעס האב איך געלייגט אין די זייט צו בויען א ליכטיגע פלאץ, יעצט ווען איך הער אז דא אין די קהילה איז אנגעקומען די צוויי שרעקעדיגע קליפות פון נעגל און האר - ווערט מיר פשוט שלעכט.


איך וויל אייך שטארקן איר זאלט נישט נאכגיין די וואס מאכן זיך די נעגל און די האר, עס וועט אייך גארנישט העלפן. אפשר מיינט איר אז מען ווערט פרייליך, מען ווערט צופרידן; ניין און נאכאמאל ניין! עס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט גארנישט אויס, עס ברענגט נאר מער און מער עצבות און מרה שחורה.


איך בעט אייך זייער, שרייבט מיר צוריק.