בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זייטס נישט פאר'דאגה'ט; איר וועט האבן קינדער, איר וועט האבן ליכטיגע קינדער, בזכות אייער שטארקייט, אייער דרייסטקייט וואס איר האט געטון פאר'ן אייבערשטן. איר האט זיך אפגעשוירן די האר אין די צייט וואס אלע אייערע געשוויסטער גייען ביז דערווייל מיט זייער אייגענע האר.
איר וועט זוכה זיין צו האבן קינדער אזוי ווי די צדיקת קמחית; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי וואס האט געהייסן קמחית, זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", און אלע זענען געווען כהנים גדולים. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּךְ?" האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? "אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", האט זי געזאגט פאר די חכמים: איך האב אייביג אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיין האר.
שטארקט זיך, דער אייבערשטער וועט אייך העלפן; וואס איר דארפט בעטס נאר פונעם אייבערשטן, וועט איר זען גרויסע וואונדער.