בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א זכי' צו האבן אזא גוט קינד אין אונזער חדר אין ירושלים
נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


דיין מלמד נרו יאיר שרייבט מיר זייער שיינע זאכן אויף דיר; אז דו לערנסט פלייסיג און דו פירסט זיך מיט גוטע מידות.


איך בין אזוי פרייליך, איך האב אזוי הנאה דאס צו הערן; איך גיי שרייבן פאר דיינע עלטערן אז דו ביסט א גוט קינד, און עס איז פאר אונז א זכי' צו האבן אזא גוט קינד אין אונזער חדר אין ירושלים.


שרייב מיר יעדע וואך א בריוו, שרייב מיר וואס טוט זיך אין חדר און נאך - וועסטו מיר מחי' זיין.