בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
אייער מאן נרו יאיר זאגט מיר, עס זענען דא זאכן וואס עס שטערט אייך פון אונזערע מוסדות. וויל איך אייך בעטן, איר דארפט נישט מורא האבן צו קומען רעדן צו מיר, אדער צום מנהל און מנהלת. מיר זענען גרייט צו הערן, און וואס מען דארף פאררעכטן - וועלן מיר בעזרת השם פאררעכטן; עס איז ממש א שאד זיך אויפצועסן - ווען מען קען ווען קומען רעדן און מאכן דאס בעסטע פאר די קינדער.
אייער מאן נרו יאיר זאגט מיר אז איר דערציילט אים בשם זייער אסאך פרויען וואס זענען נישט צופרידן פון געוויסע זאכן, אבער מען האט מורא צו קומען רעדן וכו' וכו'. דאס איז נישט גערעכט, ווייל מיר - די מוסד מיט די עלטערן - זענען שותפים, מיר זענען דא צו מחנך זיין די קינדער מיט אמונה, יראת שמים און מדות טובות, און אז עס איז דא זאכן וואס עס שטערט פאר די מוסד פון די עלטערן און די מוסד שפירט אז מען וועט רעדן צו די עלטערן וועט ווערן בעסער פאר די קינדער - טוען מיר דאס ריכטיגע, אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם, אזוי אויך דארפן די עלטערן רעדן צו די מוסד איבער זאכן מיט וואס מען איז נישט צופרידן.
וואלט דאס געווען זאכן וואס די עלטערן זענען נישט איינשטימיג מיט די מוסד אין פרינציפ - איז נישטא וואס צו רעדן, דארפן די עלטערן זוכן א מוסד וואס שטימט מיט זייערע פרינציפן. איז דאס דער צוגאנג פון די זאך; צום ביישפיל, דער מלמד שלאגט, דער מלמד פארשעמט, דער מלמד איז א נערוועזער, אדער אין סקול; די טיטשער רעדט שטותים, זי רעדט פון אירע חלומות און זי מאכט פון דעם אמונות טפלות, אדער אנדערע שטותים, זי רעדט פון די רוח הקודש פון מיר - דארף מען דאס קומען דערציילן.
פאריאר ווען איר זענט געקומען רעדן צו מיר אז אייער טאכטער קומט אהיים מיט דמיונות, האב איך אנגעהויבן נאכזוכן פון וואו דאס קומט און פארראכטן דעם פראבלעם, די טיטשער האט פארשטאנען אז זי אליינס איז פארדרייט געווארן מיט דמיונות, חלומות וכו'. און ווען אייער מאן האט דערציילט אז אייער זון קומט אהיים, מען זעט אויף אים אז ער האט נישט קיין מלמד, האב איך געשריבן פאר'ן מלמד ער זאל מיר נישט העלפן מיט קיין שום זאך אין די צייט פון מלמדות. איך בין דא נאר גוט צו מאכן פאר די קינדער; איז דאס נישט גערעכט אז מען רעדט צווישן זיך שלעכט אויף די מוסד, ענדערש דארף מען קומען רעדן צום מנהל, מנהלת אדער צו מיר.
אייער מאן נרו יאיר האט מיר געזאגט א נאמען פון א פרוי וואס האט זיך אויך אפגערעדט צו אייך, און פון דעם זענט איר אזוי צעבראכן. איך בעט אייך זייער, אויב איז דא זאכן וואס שטערן אייך, איך בין גרייט צו הערן; איר קענט מיר שרייבן, איר קענט אריבערקומען מיט אייער מאן זיך דורכרעדן, אדער רופן, און איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פארבעסערן.