בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די חומרות ווארפט אריין אין מרה שחורה
עבודת השם, חמרות ופרישות, קבלה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך טראכט אפשר האסטו זיך באליידיגט פון מיר אז איך האב דיר געשריבן זאלסט זיך אפלאזן פון דיינע חכמות המדומות וכו', פון חומרות ופרישות.


איך שרייב דיר דאך נאר די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, ווי ער האט אונז געלערנט צו אפלאזן די חכמות פון זיך אפשיידן וכו', נישט לעבן מיט די ווייב וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודות השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה אדער נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


ליבער ברודער, באניי זיך, פריש זיך אויף מיט די רבינ'ס עצות און התחזקות. לערן אסאך לקוטי מוהר"ן, אן דעם רבינ'ס ספרים אז מען לערנט קבלה - איז א גרויסע סכנה, ווייל אן תפילה והתבודדות קען מען זיך זייער אפנארן. מוהרא"ש זאגט, דאס איז וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "השרוי בלא אישה", דער וואס האט נישט קיין תפילה והתבודדות, "אישה יראת ה' הוא תתהלל" (משלי לא, ל), איז "שרוי בלא שמחה, בלא חומה", אן אלע גוטע זאכן, ווייל נאר מיט תפילה והתבודדות קען מען זוכה זיין צו דביקות בה'.


איך האב אסאך צו רעדן צו דיר, איך האף נאר אז דו ווילסט אננעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.