בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - חיזוק פאר פרויען זיך צו שערן די האר
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, סיפורי צדיקים, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', בני ברק


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער מאן נרו יאיר, ער בעט מיר איך זאל אייך מחזק זיין און שרייבן אפאר ווערטער. ווייל ביי ענק איז נישטא די געדאנק פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה, און איר האט דאס געטון ווייל איר הערט ביי די שיעורים און איר ליינט אין די בריוו דאס גרויסקייט פון זיך שערן; ער בעט איך זאל אייך שרייבן אביסל חיזוק.


אינטערעסאנט איז, איך לערן יעדן טאג אשר בנחל, היינט אינדערפרי טרעף איך א בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט (מכתב מ' תתקעד) פאר די יונגע ווייבלעך אין יבנאל, תלמידות פון בית פיגא. מוהרא"ש דערציילט אינעם בריוו צוויי מעשיות פון דעם צדיק - דער נאסודער רב זכותו יגן עלינו, א תלמיד פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו. איך האב דאס גענומען ווי א רמז פון הימל איך זאל דאס אייך שרייבן, דאס וועט זיין פאר אייך שטארקע חיזוק.


די ערשטע מעשה, א איד איז געקומען צום הייליגן נאסודער רב אים איינלאדענען צו קומען צו אים אין שטוב צו זיין זונ'ס בר מצוה, דער צדיק האט געזאגט: "איך וועל בשום אין פנים גיין"; דער איד האט זיך דערשראקן און אנגעהויבן וויינען, ער פרעגט: "רבי, פארוואס?!" זאגט דער צדיק: "אוי ווי ביטער איז אז די פרוי גייט מיט אייגענע האר און מען זעט דאס ארויס, דאס ברעגט אלע צרות, דאס ברענגט ארעמקייט".


דער איד איז אהיימגעגאנגען און געזאגט זיין ווייב: "דער רבי וויל נישט קומען צו אונז אין שטוב, און ער האט געזאגט אז 'אין א שטוב וואס מען גייט מיט אפענע האר וועט מען ליידן'", ווען זי האט דאס געהערט האט זי זיך גלייך אפגעשוירן. דער איד איז צוריק צום צדיק, דערציילן וואס זיין ווייב האט געטון. האט דער צדיק געזאגט: "אויב אזוי קום איך צו דיר אין שטוב און איך וועל זיך וואשן פאר די סעודת מצוה, ווייל אז די פרוי שערט זיך אפ די האר - איז די סעודה א סעודת מצוה".


נאך א מעשה דערציילט מוהרא"ש פאר די יונגע ווייבלעך אין יבנאל, זיינע תלמידות. א פרוי איז אמאל געקומען וויינען צום נאסודער רב זכותו יגן עלינו, אז זי האט שוין חתונה געהאט אזויפיל יאר, און זי איז נאכאלץ נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער. פרעגט דער צדיק: "און וואס איז מיט די האר?" האט זי אנגעהויבן וויינען און געזאגט: "רבי, איך האב א גרויסע נסיון, עס איז מיר זייער שווער אפצושערן די האר".


ווען דער צדיק האט דאס געהערט האט ער שוין גארנישט געזאגט, די פרוי איז דארט געבליבן שטיין און געוויינט: "איך דארף א אינגל", אבער דער צדיק האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט. אזוי איז געווען אפאר מאל, ביז דער גבאי זאגט איר: "וואס פארשטייט איר נישט, דער רבי האט דאך אייך געזאגט אז איר וועט זיך אפשערן וועט איר האבן א אינגל!" איז זי ארויס, זי איז זיך געגאנגען אפשערן און זי איז געהאלפן געווארן ביז א יאר מיט א זיסע צוקערדיגע אינגל.


די פרוי האט געטראכט צו זיך: 'יעצט אז איך האב שוין א קינד, וואס דארף איך יעצט פאלגן דעם צדיק? איך וועל זיך צוריק לאזן וואקסן מיינע האר', אזוי האט זי געטון, זי האט זיך אויפגעהערט שערן, ביז איין טאג איז דער אינגל קראנק געווארן. זי איז געקומען צו לויפן צום צדיק וויינען: "רבי, מיין איינציג קינד איז קראנק, איך דארף א ישועה!" דער רבי זאגט איר: "וואס איז מיט אייך? איר מיינט אז איך ווייס נישט אז איר שערט זיך מער נישט...?" בקיצור המעשה, עס ענדיגט זיך נישט גוט.


מוהרא"ש פירט אויס, זי האט נישט געקענט ביישטיין די נסיון, זי האט געוואלט איר האר וויכטיגער פון די קינדער, זי האט פארלוירן דעם קינד. מוהרא"ש פירט אויס אינעם בריוו: "אני מאוד מבקש אתכן", איך בעט ענק זייער, "אנא תורידו את השערות", איך בעט ענק שערט אייך אפ די האר, "כמו שרבבות רבבות כשרות עושות בירושלים, בבני ברק, באשדוד, בברוקלין", אזוי ווי די צענדליגער טויזנטער פרויען פון ירושלים, פון בני ברק, פון אשדוד און פון ברוקלין, "ובכל מקום שרק נמצאות נשים חרדיות הורידו את השערות", און וואו אימער עס געפונען זיך ערליכע פרויען שערן זיי זיך אפ די האר.


מיר איז דאס געווען א וואונדער, אז גלייך נאכן ליינען אייער מאן'ס בריוו, ווי ער בעט מיר איך זאל אייך שרייבן אפאר חיזוק ווערטער פון דאס גרויסקייט פון זיך שערן, גלייך נאכדעם עפן איך דעם ספר אשר בנחל וואו איך האלט אינמיטן לערנען, און איך זע פאר מיינע אויגן די שיינע מעשיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.