בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - חינוך איז נישט סטראשענען
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס איך האב מיט דיר גערעדט נעכטן נאכט נאכן שיעור, שלאגן קינדער איז נישט קיין חינוך; שלאגן קינדער איז א פוילע וועג, עלטערן האבן נישט קיין געדולד צו רעדן און נאכאמאל רעדן און נאכאמאל זאגן; עס איז זיי גרינגער צו פראסקענען און רצח'נען.


דאס ווייסטו אז דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן קינדער, דער רבי האט אמאל פארגעהאלטן רבי נתן: "א קינד שלאגט מען?!" און אויף דעם דיבור וואס דער רבי האט געזאגט: "אמאל געבט מען א פאטש" - זאגן אנשי שלומינו אז דער 'אמאל' איז נאכנישט געווען.


הכלל, שטארק זיך, אינוועסטיר אביסל אין דיינע קינדער. חינוך איז נישט סטראשענען; ווען מען זאגט פאר קינדער זיי זאלן עסן, גיין שלאפן, צאמנעמען די שפילצייג וכדומה - זאגט מען זיי וואס צו טון, מען זאגט נישט א סטראשע: "אויב נישט וועסטו...", סטראשען איז א שוואכקייט; מען לערנט זיי אויס צו פאלגן, צום ביישפיל, מען הייסט אריינגיין אין בעט, און אז זיי פאלגן נישט זאגט מען נאכאמאל: "אריין אין בעט", מען זאגט זיי: "מען מוז פאלגן א טאטע", "דער אייבערשטער זאגט מען דארף פאלגן א טאטע" - אזוי לערנען זיי זיך אויס צו פאלגן.


הויב נישט אן דיין טאג פאר דו לייגסט תפילין, גיי נישט אריין אין אפיס נאר נאכ'ן גיין אין שול; עס איז נישט ווערד די געלט אויב עס נעמט אוועק אפילו איין טאג פון לייגן תפילין.


הויב אן פון יעצט מיט א פרישקייט גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות - וועסטו האבן אויסטערלישע הצלחה.