בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, ט"ו מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
היינט איז א גרויסער טאג – חמשה עשר באב, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם טאג (תענית כו:): "לֹא הָיוּ יָמִים טוֹבִים לְיִשְׂרָאֵל כַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר בְּאָב וּכְיוֹם הַכִּפּוּרִים", עס איז נישט געווען אזעלכע שיינע טעג ביי אידן ווי יום כיפור און חמשה עשר באב; היינט איז א גוטע צייט זיך באנייען מיט א פרישע התחלה צו לערנען די הייליגע תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם לא.): "מִכַּאן וְאֵילָךְ דְּמוֹסִיף יוֹסִיף", דער וואס הייבט אן חמשה באב לערנען מער פלייסיג די הייליגער תורה – וועט לעבן לאנג.
בעט איך דיר טייערער ... נרו יאיר, באניי זיך; הייב אן מיט א פרישע התחלה מוסיף צו זיין בלימוד גמרא ומשניות.
וואויל איז דיר אז דו טשעפעסט נישט דיין בארד און פיאות; דו האסט א צלם אלקים, דו ביסט מלא חן! האלט זיך שטארק און זיי פעלזן פעסט צו בלייבן מיט דיין בארד און פיאות. הער נישט אויס די אלע וואס מאכן חוזק פון דיר.
דיינע עלטערן האבן זייער הנאה פון דיר, זיי שעפן פון דיר הויפענעס נחת; ווען איך טרעף זיי זאגן זיי מיר אז דו ברענגסט זיי נאר נחת.
פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.