בעזרת ה' יתברך
ערב שבת פרשת שמיני-פרה, מברכים החודש, כ"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
יעצט ווען מיר קומען שוין נענטער און נענטער צום יום טוב פסח און עס הייבט זיך אן די ארבעט פאר אידישע פרויען צו רייניגן אויף פסח; כאטשיג פון איין זייט איז אביסל שווער צו רייניגן לכבוד פסח אבער וויסן זאלט איר אז אין הימל זעט מען יעדע זאך וואס מען טוט דא בזה העולם; יעדע ריר, יעדע בייג און יעדע שווערע אטעם וואס די פרויען טוען לכבוד פסח. אזוי ווי דער הייליגער בעל קדושת לוי - דער בארדיטשובער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אז פון די ארבעט פון די פרויען וואס מאכן פסח'דיג; פון זייער קראצן, רייבן און כשר'ן ווערן באשאפן מלאכים, די זעלבע מלאכים וואס ווערן באשאפן ראש השנה ווען מען בלאזט שופר. דערפאר זאלט איר זיך זייער פרייען אז איר זענט באשעפטיגט מיט אזא הייליגע ארבעט.
עס איז טאקע שווער יעצט פאר פסח מיט די גאנצע ווירטשאפט וואס ליגט אויף אייך, אבער פון הימל קוקט מען זיך צו צו די ארבעט וואס די פרויען ארבעטן און בזכות נשים צדקניות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטער'ן גלות.
אמאל איז א פרוי געקומען צום הייליגן סטייפלער גאון זכרונו לברכה און אים אנגעפרעגט וכו' נישט צו האבן קינדער וכו' ווייל זי האט נישט קיין כח, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "יעדער מענטש שרייבט מען אפ ראש השנה וויפיל כח ער וועט האבן און וויפיל ער זאל זיך מוטשען וכו', אויב מען דריידט זיך ארויס פון די ארבעט פון קינדער וכו' מיינט נישט אז מען דריידט זיך ארויס פון די פלאג, דעמאלט קומט אנדערע פלאג"; דאס זעלבע זאג איך אייך, די וואס דרייען זיך ארויס פון פסח'דיג מאכן מיינט נישט אז זיי דרייען זיך ארויס פון ארבעטן, ווייל עס קומט אנדערע שווערע ארבעט. דעריבער זאלט איר זיך פרייען אז אייער פלאג, ארבעט און מי גייט אריין אין מצוות און אין גוטע זאכן. אין אנגרייטן פאר יום טוב און אין זיך באשעפטיגן מיט קינדער.
ווען עס איז אייך גאר ביטער זאגט ארויס שטילערהייט א ווארט פון מויל; זאגט: "טאטע, געב מיר כח", וועט אייך גלייך גרינגער ווערן.
א פרייליכן שבת.