בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פאר די טובה און עתיד פון שטעטל, זאל מען טון אלעס וואס די הנהלה זאגט
שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו שיחיו וואס וואוינען אין שטעטל קרית ברסלב


איך וויל ענק זייער בעטן, פאר די טובה פון אונזער שטעטל און פאר'ן עתיד פון אונזער שטעטל - זאל מען טון אלעס וואס די הנהלה זאגט.


איך האב אויפגענומען די פאר אינגעלייט זיי זאלן מיר העלפן בויען דעם שטעטל און אונזערע מוסדות; איך אליינס קום נישט אן צו טון, זיי העלפן מיר, זיי טוען נאר מיין ווילן.


מהיום והלאה ווען איר זעט א מודעה פון די הנהלה אדער פון די גבאים - זאלט איר אויספירן זייער ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן דורות נאמנים לה' ולתורתו.