בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט נאכט איז דער יארצייט פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו געבעטן ביי די קינדער, אז עס איז אים שווער צו עסן, אבער עס איז דא א זופ וואס ער האט אמאל געגעסן ביי יענע און יענע קרעטשמע, אויב מען קען אים גיין ברענגען יענעם זופ. דאס איז ביי די קינדער געווען א וואונדער, ווען דער צדיק האט קיינמאל נישט געמאכט קיין עסק פון עסן, און דא בעט ער עפעס אזא מין זאך? אבער אז דער צדיק זאגט - פאלגט מען.
די קינדער זענען געגאנגען צו די קרעטשמע, מען האט געבעטן דארט אויב מען קען צושטעלן די זופ "טייגל יוהך". נאכן אהערשטעלן די זופ האט מען געפרעגט די פרוי פון די קרעטשמע אויב זי וויל ארויסגעבן ווי אזוי זי מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז מיין רעסעפי".
דעמאלט האט מען פארשטאנען פארוואס דער הייליגער צדיק האט אהין געשיקט און אז ער האט געדענקט פון די זופ און גערעדט פון די זופ; ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן, און ווי אזוי מען בעט, און וואס מען שפירט נאכן בעטן; מען שפירט א גן עדן לעבן.
אז מיר שטייען אין א טאג פון א יארצייט פון א צדיק דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך רעדן מיט דיר און נישט פארגעסן פון דיר".
די וואך שבת איז פרשת פרה, זייער א גרויסע שבת, מען גייט זיך רייניגן פון טומאת מת. דער רבי זאגט, וואס איז טומאת מת? (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמב): "הִרְהוּרִים שֶׁל נִאוּף" טראכטן פון שמוץ, טראכטן פון עבירות, קוקן מאוויס, ווידיאוס וכו', "הֵם בְּחִינַת אֲבִי אָבוֹת הַטֻּמְאָה", דאס איז די ערגסטע טומאה, "בְּחִינוֹת מֵת", דאס איז טומאת מת; מען ווערט טויט, מען רייסט זיך נעבעך אפ פונעם אייבערשטן, און מיר דארפן קומען צום כהן גדול, צו די צדיקים - זאלן אויף אונז שפריצן פון די ריינע קוואל וואסער, פון זייערע עצות אונז ריין צו מאכן.
איך יאג זיך צו די בחורים, איך דארף מקצר זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.