בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
פורים האסטו אזוי געוויינט צו מיר אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, איך האב זייער הנאה געהאט אז דאס איז דיין אמת, 'נכנס יין יצא סוד', ווען אנשי שלומינו טרינקען וויין הייבט מען אן וויינען אז מען וויל זיין אן ערליכער איד.
די וואך ליינט מען פרשת החודש, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה", אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, "כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה - וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון די דורכפעלער און פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי.
קוק נישט אויף צוריק, אז מען קוקט אויף צוריק ווערט מען צעדריקט, קוק אויף היינט, טראכט 'וואס קען איך היינט טון צו מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן?' ווייל אין דעם ליגט די הצלחה פונעם מענטש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רעב), אויפן פסוק (תהלים צה, ז): "'הַיּוֹם אִם בְּקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ', "זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, שֶׁלֹּא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם", ווען א מענטש וויל אנהייבן עפעס צו טון - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות - דארף ער געדענקן דעם כלל: צו קוקן נאר אויפן היינטיגן טאג; ווייל ווען מען וויל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן דאכט זיך פארן מענטש אז ער נעמט אויף זיך א שווערע לאסט, און דאס ברענגט דעם מענטש צו טראכטן אז מען קען נישט נעמען די עבודה, אבער אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג - איז עס בכלל נישט שווער; מיט דעם טייטשט דער רבי: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", 'הַיּוֹם' דַּיְקָא, וְהָבֵן, עיין שם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.