בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - טראכט נישט פון יענעם
מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיט די געלט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): "מִי שֶׁרוֹצֶה כָּבוֹד הוּא שׁוֹטֶה", ווער עס וויל כבוד איז א שוטה. דער רבי ברענגט דארט א משל, אז אמאל איז געווען א גענעראל וואס האט געשיקט זיין אויפזעהער צו איינע פון זיינע שטעטלעך זיך אומקוקן דארט, ווען דער אויפזעהער איז אנגעקומען אהין האבן די מענטשן געמיינט אז ער איז גאר דער גענעראל, זיי האבן זיך געבוקט פאר אים און געפאלן צו זיינע פיס, מען האט אים גערופן מיט אלע שיינע טיטלען און אים אפגעגעבן דעם גרעסטן כבוד. ביז איינמאל איז דער גענעראל אליינס אהין געפארן און דער אויפזעהער איז אויך מיט געקומען פאר אים. דער גענעראל האט גערעדט מיטן אויפזעהער איבער געוויסע זאכן וואס דארפן ווערן ערלעדיגט, אינצווישן האט דער גענאראל גערופן איינע פון די שוטרים אים אויספרעגן אויף זאכן וכו', דער שוטר האט נישט געוואוסט ווער דער גענעראל איז, ער האט נאר געקענט דעם אויפזעהער, איז ער געפאלן צו די פיס פונעם פקיד און ווען דער גענעראל האט אים געפרעגט זיינע שאלות האט ער נישט געענטפערט פארן שר, ער האט נאר גערעדט צום אויפזעהער, זאגט דער רבי: "אֲזַי נִתְהַפְּכוּ פְּנֵי הַפָּקִיד כְּשׁוּלֵי קְדֵרָה, וְנִתְבַּיֵּשׁ מְאֹד", האט זיך דער אויפזעהער זייער פארשעמט, "כִּי אֵין בִּזָּיוֹן גָּדוֹל מִזֶּה, שֶׁבְּעֵינֵי הַשַֹּר נוֹתְנִים לוֹ כָּבוֹד הַזֶּה", ווייל עס איז נישטא קיין גרעסערע בזיון פארן פקיד אז מען געבט אים כבוד ווען ער שטייט פאר זיין האר - דער גרויסער שר, עיין שם.


ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ברורה ומזוככת, ער ווייסט און שפירט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים - אזא מענטש ווערט נישט באליידיגט אויב מען האט אים יא מכבד געווען אדער מען האט אים נישט מכבד געווען, ווייל דער אייבערשטער איז דא, ער שעמט זיך פונעם אייבערשטן, ער ווייסט אז עס איז נישט דא גארנישט אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן.


בנוגע וואס דו טראכסט א גאנצן טאג וואס יענער טראכט פון דיר און דו הערסט נישט אויף איבער טראכטן צי מען האלט אז דו ביסט יא חשוב אדער נישט; קודם כל: 'ווער האט צייט צו טראכטן פון א צווייטן, ווער האט צייט צו זיין פארנומען מיט א צווייטן?' יעדער איינער האט זיך זיינע שוועריקייטן אין לעבן, זיינע איבערגייאכץ מיט וואס ער דארף זיך דורך קומען און זיך אן עצה געבן וכו'; חוץ מזה, וואס האסטו מיט יענעם, וואס וועט שוין זיין אויב יענער וועט האלטן פון דיר? דער עיקר דארפן מיר זיין באוויליגט אין די אויגן פונעם אייבערשטן, דער עיקר דארפסטו זען אז אויבן אין הימל זאלן מען האלטן פון דיר.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אסאך דערציילן די פאלגענדע מעשה. מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבער געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל, האט מען אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געזאגט: "איך פארשטיי נישט גארנישט, איך זע אין די הגדה אז דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר, וואס דער רשע האלט פון מיר? אבער "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר"? ער ווייזט מיטן פינגער אויף ארויף, וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם), דערפאר וויינט ער: 'תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר?' וואס זאגט מען אויבן אויף מיר; דער האלט איז איך בין א בטלן, דער האלט איך בין א שלימזל, אבער רבונו של עולם וואס האלסטו פון מיר? רבונו של עולם איך וויל זיין באוויליגט אין דיינע אויגן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז איינמאל איז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געגאנגען באזוכן א חולה. בשעת דער בעל שם הקדוש איז דארט געווען האט דער חולה אויסגעהויכט זיין נשמה און דער בעל שם טוב האט געשמייכלט. ווען דער בעל שם טוב איז ארויס פון דארט האבן אים די תלמידים געפרעגט פארוואס ער האט געשמייכלט, האט ער זיי געזאגט אז ווען עס איז געקומען די מינוט ווען דער חולה האט געדארפט נסתלק ווערן, האט ער זיך אויסגעדרייט זיין קאפ צום עולם צו ווייזן אז ער שטארבט מיט א שיינע מיתה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות קג:): "פָּנָיו כְּלַפֵּי הָעָם, סִימָן יָפֶה לוֹ" – אויב א מענטש שטארבט מיטן פנים אויסגעדרייט צום עולם, איז דאס א גוטע סימן, "כְּלַפֵּי הַכּוֹתֶל - סִימָן רַע לוֹ", – אויב שטארבט מען מיטן פנים אויסגעדרייט צום וואנט, איז דאס א שלעכטער סימן; דער מענטש דא וואס איז יעצט נפטר געווארן האט אין זיינע לעצטע רגעים אינזין געהאט אז דער עולם זאל זען אז ער שטארבט מיט א גוטע מיתה... דערפאר האב איך געלאכט, איך האב געזען אז א מענטש קען זיין אזוי נאריש, ער גייט שוין אוועק פון דער וועלט, ער שטארבט אט אט און ער האט נאך אלץ אינזין כבוד; זעט מען ווי קליינקעפלדיג א מענטש איז ווען ער לעבט נישט מיט אמונה.


טייערער ליבער ברודער, נעם דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות; גיי אין א ליידיגע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס דאס הארץ פארן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו האבן א קלארע אמונה, א ריינע אמונה און דו זאלסט שפירן ווי דער אייבערשטער שטייט נעבן דיר. איינמאל מען לעבט מיטן אייבערשטן אינטערעסירט שוין נישט וואס יענער זאגט, מען זוכט דער עיקר צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


בנוגע קינדער; איך האב דיר שוין געזאגט זאלסט ווארטן אביסל ביז דער אייבערשטער וועט העלפן אז דיין ווייב וועט צוריק קומען צו די כוחות. דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט לעכטיגע קינדער. שלמה המלך זאגט (קהלת ג, א): "לַכֹּל זְמָן וְעֵת לְכָל חֵפֶץ תַּחַת הַשָּׁמָיִם", עס איז דא פאר יעדע זאך א צייט; יעצט איז א צייט וואס דו זאלסט זיך מחזק זיין מיט דיין ווייב, איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה פשוטה, איר זאלט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, און אז איר האט לעכטיגע קינדער קיין עין הרע.


דער אייבערשטער וועט העלפן עס וועט נאך קומען די צייט פון עֵת לָלֶדֶת וגו'; אבער רעד נישט יעצט מיט דיין ווייב וועגן קינדער וכו', לאז איר קומען צו אירע כוחות, דאס איז נישט קיין קינדער שפיל. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער און דיין ווייב זאל זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש, רואיג און צופרידן.


א גרויסן יישר כח פאר די געלט וואס דו האסט מיר געשיקט אויף צרכי יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון אונזער מצרים, מיר זאלן לעבן מיט אמונה אינעם אייבערשטן, דעמאלט וועלן מיר זיין גליקליך און צופרידן.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.