בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן די 'יו עס בי'ס' וואס דו האסט געמאכט פאר די מפיצים, דו האסט ארויף געלייגט דערויף הונדערטער דרשות, שיעורים און ניגונים וכו'.
וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער עוסק זיין אין די הייליגע ארבעט פון מזכה זיין אידישע קינדער מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן; מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מגלה זיין פאר נאך א איד די עצות פון רבי'ן.
מוהרא"ש האט דערציילט אז פאר פופציג יאר צוריק גייענדיג אמאל "הפצה" אין וויליאמסבורג איז ער אריין אינעם סיגוט'ער בית המדרש וואו ער האט מפיץ געווען דעם ספר "השתפכות הנפש". איינער פון די אידן פאר וועם ער האט דאס מפיץ געווען איז געווען זייער אן אלטער איד, נאכ'ן אריינקוקן אינעם ספר האט ער אנגעהויבן וויינען, ער קומט צו צו מוהרא"ש און זאגט אים: "אוי אוי אוי" - אזוי האט ער געקרעכצט - "ווען איך וואלט ווען געוויסט פון די עצה אז מען קען רעדן צום אייבערשטן וואלט מיר מיין לעבן געווען גרינגער"; דער איד איז אריבער דעם דייטשן גיהנום - די צווייטע וועלט מלחמה - וואו ער האט פארלוירן זיין גאנצע משפחה, ער איז געווען אין לאגער וואו ער איז געפייניגט געווארן דורך די רוצחים וכו' וכו', "ווען איך וואלט געוויסט פון די עצה פון רעדן צום אייבערשטן וואלט מיין לעבן מיר געווען אסאך גרינגער" - האט ער געוויינט.
אז דו האסט גענומען אויף דיר די זאך פון מאכן יו עס בי'ס וואס דאס איז די היינטיגע וועג ווי אזוי מען הערט דרשות און ניגונים; אין די היינטיגע קארס קען מען שוין נישט אריין לייגן קיין טעיפ'ס און סידי'ס נאר יו עס בי'ס, דארפן מיר אנגרייטן יו עס בי'ס.
מיר דארפן זיין שטענדיג גרייט פאר יעדע מצב אין צו יעדע צייט צו קענען געבן פאר מענטשן צו הערן די ניגונים און חיזוקים אויף די וועג ווי עס פירט זיך וכו'.
אשריך אז דו ביסט עוסק אין 'הפצה' צו העלפן אידישע קינדער; דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט נאכגעזאגט פון זיין רבי'ן דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו וואס האט געהערט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו דעם דיבור: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט און לעבט דא אפ זיבעציג אכציג יאר - נאר כדי א טובה צו טון פאר א צווייטן איד"; הער ווערטער וואס הייסט א טובה טון פאר א צווייטן איד: "עס לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר אבי א טובה צו טון פאר א צווייטן"; וואס הייסט א טובה טון א איד? נאר אז מען איז יענעם מזכה מיט תורה, תפילה, מצוות ומעשים טובים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.