בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז זייער א גרויסער טאג, עס איז היינט דער יום הולדת פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.
ביי אידן מאכט מען נישט קיין עסק פון א יום הולדת; די איינציגסטע מאל וואס מיר געפונען אין די תורה וועגן א יום הולדת איז ביי פרעה, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מ, כ): "יוֹם הֻלֶּדֶת אֶת פַּרְעֹה"; דעריבער מאכט מען נישט קיין עסק פון קיין יום הולדת, דאס איז ביי סתם מענטשן; אבער ביי צדיקים וואס האבן געטוישט די וועלט צום גוטן מאכט מען יא אן עסק פון זייער יום הולדת. מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים אז מען האט זוכה געווען צו האבן א צדיק וואס זאל אונז ברענגען צו תורה, תפילה און מעשים טובים.
וויפיל מיר זאלן נאר רעדן פון מוהרא"ש איז דאס ווי א טראפל וואסער אינעם גרויסן ים; מוהרא"ש האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער, ער האט נאר געוואלט אז נאך א איד זאל זיין נאנט צום אייבערשטן, און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א רצון צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן.
איך בין היינט פארטאגס געווען ביים ציון פון האדמו"ר מליובאוויטש זכותו יגן עלינו און פון זיין שווער דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי דער ריי"ץ זכותו יגן עלינו וואו איך האב אסאך געדאוונט פאר דיר; איך האף אז דו וועסט בקרוב זען גרויסע ניסים אין דיין לעבן.
איך וואלט דיר גע'עצה'ט זאלסט אויך אזוי טון; גיי צו קברי צדיקים מתפלל זיין, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַך", ווען מען גייט מתפלל זיין ביי קברי צדיקים העלפט דער אייבערשטער, אפילו דער מענטש איז נישט ראוי מען זאל אים ענטפערן; עס נעמט אינגאנצן אפאר מינוט זיך אריבער צו כאפן קיין קווינס צום ציון פון אדמור"י ליובאוויטש זכותם יגן עלינו, פארטאגס נעמט דאס א קנאפע פינף און צוואנציג מינוט. אדער כאפ זיך אריבער קיין מאנרא צום ציון פון סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו - וועסטו זיכער זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר.
איין זאך בעט איך דיר: פארליר זיך נישט און געב נישט אויף; זאג נישט אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס פאר דיר, טראכט נישט אנטקעגן די אמונה. אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן א גאנצן טאג צוליב דיין צרה און זוכן וועם צו באשולדיגן אין דיין פראבלעם; איין מינוט באשולדיגסטו זיך אליינס; די קומענדיגע מינוט באשולדיגסטו דיין ווייב, א מינוט נאכדעם באשולדיגסטו דיין שדכן וכו'; ענדערש נוץ אויס די צייט צו חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.