בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#80 - דער אייבערשטער געבט קינדער, נישט דאקטוירים
קינדער, תודה והודאה, קברי צדיקים, דאקטורים, ענקזייעטי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שרעקט זיך נישט, פאלט נישט אריין אין א פחד, אין ענקזייעטי, אז איר קענט נישט האבן קינדער נאר דורך דאקטוירים וכו'; פארלירט זיך נישט, דער אייבערשטער איז דער וואס געבט קינדער, נישט דער דאקטער איז דער וואס זאגט צי מען קען האבן קינדער אדער נישט; די הייליגע חכמים זאגן (תענית ב.) די שליסל פון האבן קינדער ליגט אינעם אייבערשטנ'ס האנט.


כאפט זיך אריבער צו קברי צדיקים, ביי קברי צדיקים איז א גוטע פלאץ צו מתפלל זיין, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג), ביי קברי צדיקים נעמט מען אן יעדענ'ס תפילות; וועט איר זען ניסים למעלה מדרך הטבע.


פארגעסט נישט צו דאנקען אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, דאס וועט עפענען שערי שמים און ענק וועלן זוכה זיין צו געזונטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - יסורים פון עצבות ומרה שחורה, ביז'ן זיך אליין צעשניידן
קברי צדיקים, עצבות, תפילה, מרה שחורה, יסורים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


דאס וואס דו גייסט אריבער, אז דיין ווייב איז אין אזעלכע יסורים פון עצבות ומרה שחורה, ביז זי שניידט זיך איר קערפער מיט א מעסער, און דו וויינסט אז דו קענסט דאס נישט אויסהאלטן, דו קענסט דאס נישט זען.


ערשטנס, פארליר זיך נישט, מען קען פון דעם ארויסגיין; מיט תפילה, און מיט שמחה – איר פרייליך מאכן – וועט זי דאס מער נישט טון; איך האב געזען אסאך מעשיות ווי ווייבלעך פלעגן זיך שניידן ה' ירחם פון צער, און מיט תפילה און מיט זיי מחזק זיין – זענען זיי ארויסגעקראכן דערפון, אויך איז כדאי צו בעטן פונעם דאקטער מעדעצין וואס וועט איר גרינגער מאכן.


העיקר פארליר זיך נישט, גיי צו קברי צדיקים; גיי קיין מאנסי, אין מאנסי בית החיים צום צדיק פון ריבניץ זכותו יגן עלינו, און גיי קיין קרית יואל צום צדיק דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער; בעט דעם אייבערשטן פאר איר און פאר דיר, ענק זאלן האבן א פרייליכע לעבן, אן קיין צער.


רעד מיט דיין ווייב פון די חסדים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט ענק, דאס דערמאנען חסדי השם טוט פארטרייבן די שלעכטס, די קליפות ומזיקים וואס צעקוועטשן דעם מענטש, דעם מח מיט די הארץ און מען ווערט פרייליך.


איך וועל אויך בעטן פאר איר און פאר דיר.

#78 - תהלים איז מסוגל צו תשובה
התחזקות, קברי צדיקים, תהלים, תשובה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול; א גאנץ יאר קען מען תשובה טון, ווען א מענטש בארעכנט זיך אויף זיינע נישט גוטע מעשים – קען ער תשובה טון, אבער נאך מער איז יעצט ווען עס קומט חודש אלול; יעצט איז אסאך מער מסוגל צו קענען תשובה טון, די גאנצע חודש זענען די טויערן פון הימל אפן, עס שיינט די י"ג מידות של רחמים, דער אייבערשטער שטייט און ווארט, און זיין רעכטע האנט איז פשוטה לקבל שבים.


על כן זאלסטו אויסניצן די טעג מיט גוטע זאכן, בעיקר זאלסטו זאגן יעדן טאג תהלים, פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם "יום תהלים", און אז דו קומסט נישט אן צו זאגן דעם יום – זאלסטו זאגן וויפיל עס איז דיר שייך, ווייל זאגן תהלים איז מסוגל צו תשובה (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג).


אויך זאלסטו גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", אפילו דער וואס איז נישט ראוי מען זאל אננעמען זיינע תפילות, אבער ביי קברי צדיקים איז זייער מסוגל אז אלע תפילות זאלן ווערן אנגענומען; זיי מתפלל פאר דיר און פאר דיין משפחה, עס זאל ענק קומען א גוט יאר, עס זאל זיין: 'תכלה שנה וקללותיה', די יאר מיט די צרות זאל זיך ענדיגן, 'תחל שנה וברכותיה', עס זאל קומען א זיסע יאר מיט ישועות און רפואות, און אזוי ווי ווען איינער האט א משפט, עס ווארט אים תפיסה אדער ערגערס רחמנא לצלן, וואס טוט ער? מען לויפט צו קברי צדיקים, מען רייסט קברים, מען בעט ביי די צדיקים זיי זאלן מליץ יושר זיין וכו', אזוי יעצט חודש אלול, ווען מיר האבן א חודש זיך צו גרייטן צום יום הדין, ווען מען גייט אלעמען משפט'ן מי יחי' ומי ימות, אוי וויי, אוי וויי, דארף מען אויסניצן די חודש מיט זאגן תהלים און גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים און טון גוטע זאכן אז מיר זאלן אלע ארויסגיין זכאי בדין, אמן ואמן.

#77 - א פראבלעם מיט'ן הארץ
קברי צדיקים, רפואה, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אז מען האט דיר אנגעשראקן אז עפעס איז מיטן הארץ פונעם קינד, זאלסטו שוין גיין צו א ציון פון א צדיק (גיי קיין ריבניץ), און זיי זיך דארט מקבל אז דו גייסט היטן דיין הארץ דורך היטן די אויגן; לייג ארויף די שטערקסטע פילטער אויף דיינע כלים, געענדיגט מיט קוקן שמוץ, מיט נאך קוקן פרויען און רעדן פון די זאכן וכו' השם ישמרינו.


אויך זאלסטו זיך שטארקן אין זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט), אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, אפילו אזא מענטש קען די תורה אויך העלפן, די תורה האט אזא כח אז עס קען ארויסנעמען דעם מענטש פון די עבירות, און אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; און רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה פון פריער, אז די תורה איז אן עצה ארויס צו שלעפן דעם מענטש פון עבירות, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'אויב תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס ליגט אין די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם, ער זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה - וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#76 - מחזק זיין אנשי שלומינו
קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער איידעם נתנאל נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו געבן די שיעור פאריגע וואך ליל שישי אין קרית יואל, א גרויסן יישר כח פארן מיך שלעפן אהין, איך האב זיך זייער געפרייט צו זען די חשוב'ע טייערע אינגעלייט, די פרישע מקורבים.


פארן שיעור בין איך געווען ביים ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו מסאטמער, איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, תיקון הכללי, און נאכדעם זיך אביסל מתבודד געווען, זיך אויסגערעדט מיין הארץ, עס איז געווען א מחי', עס איז א מחי' התבודדות ביי קברי צדיקים, עס איז גאר אנדערש, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", התבודדות ביי קברי צדיקים ווערט אנגענומען אין הימל.


שטארק זיך בעבודת השם, מיט תורה ותפילה און מיט מחזק זיין אנשי שלומינו, מוהרא"ש זאגט: "מחזק זיין אנשי שלומינו איז גאר א גרויסע מצוה"; וואויל איז דעם מענטש וואס האט א חלק אין דעם.

#75 - אריינלייגן וואס מער כח אינעם האטליין
הפצה, קברי צדיקים, האטליין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משה נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה געהאט דיך צו טרעפן דינסטאג נאכט איידער די יארצייט סעודה, ביים ציון פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו, און אזוי אויך פאריגע וואך ליל שישי ביים ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו אין קרית יואל, איך זע אז דו לעבסט ביי קברי צדיקים, ווי דו קענסט נאר גייסטו צו קברי צדיקים, דו זאגסט דארט תהלים און דו ביסט זיך מתבודד; זייער גוט טוסטו, אשריך ואשרי חלקיך, ביי קברי צדיקים קען מען גוט מתפלל זיין, מען קען זיך דארט אויסבעטן.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון ארויפלייגן אלע שיעורים אויפן האטליין קול ברסלב, אזויפיל מענטשן אין די גאנצע וועלט, הונדערטער טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' מתים דורך די שיעורים. הלוואי זאלסטו אריינלייגן וואס מער כח אינעם האטליין, וואס מער הארץ, דאס פארשפרייטן וואס מער, צו ראטעווען די בני הנעורים וואס דער מלך האכזר שיסט זיי מיט די צען פיילן באשמירט מיט די צען ערליי גיפט רחמנא לצלן, און מען דארף דעם רבי'ן וואס היילט זי, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט בפירוש געזאגט: "און איך הייל זי" (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס).

#74 - גיי צו קברי צדיקים
קברי צדיקים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, צפת


א גרויסן יישר כח פארן צושטעלן פאר מיין שווער און שוויגער א דירה אין מירון פאר פאריגע וואך שבת, און אויך עסן, און אויך פארן זיי צוריק נעמען צום עירפארט; מיין שווער און שוויגער האבן זייער הנאה געהאט, איך דאנק דיך פאר דאס אלעס.


דו וואוינסט אין צפת, א פלאץ אנגעפילט מיט קברי צדיקים, זאלסט יעדן טאג גיין צו קברי צדיקים, דארט זאגן די תיקון הכללי און זיך מתבודד זיין; וועסטו זען גרויסע ישועות.


היינט נאכט איז די יארצייט פון מוהרא"ש, גיי קיין יבנאל און זיי דארט מתפלל, זיי זיך דארט מתבודד, בעט אויך פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל.

#73 - זיי נישט קיין בטלן, גיי ארויף צום ציון
קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מאנסי


נעכטן נאכט בין איך געפארן צו א חתונה קיין מאנסי און איך בין געגאנגען צום הייליגן ריבניצער רבי'ס ציון, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, ברוך ה' איך האב געקענט אויסגיסן מיין הארץ; איך געדענק ביי מוהרא"ש, ווען ער איז געווען אין מאנסי פלעגט ער גיין צום ציון דארט מתפלל זיין.


דו וואוינסט אין מאנסי, זיי נישט קיין בטלן, גיי ארויף צום ציון, גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.


נעכטן נאכט איז געווען א שרעקליכע פראסט, און ווען איך בין דארט געשטאנען ביים ציון בין איך ממש פארפרוירן געווארן, און איך האב געליינט די מצבה וואו עס שטייט אז דער צדיק "תבר גזיזי דברדא", האט צעבראכן שטיקער אייז צו גיין אין מקוה, האב איך געבעטן: "הייליגער באשעפער, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן העלף מיר, איך וויל אויך זוכה זיין צו זיין א צדיק, דיך דינען מיט מסירות נפש".


אשרינו אז דער רבי געבט אונז עצות מיר זאלן אויך קענען זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן.

#72 - סדר הנסיעה קיין ארץ ישראל, פרשת ויחי תשפ"ו
התחזקות, קברי צדיקים, מוסדות, נסיעה, ישיבה, הדרכות, ארץ ישראל, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב זוכה געווען זיך אריבער צו כאפן פאר אפאר טעג קיין ארץ ישראל, זיך שטארקן מיט די חברים תלמידי היכל הקודש.


מיט מיר איז מיט געקומען האברך יעקב שאול נרו יאיר, אויך איז געפארן דער גבאי פון די ארץ ישראל'דיגע מוסדות, ר' אהרן וועבערמאן נרו יאיר, ער איז געפארן מוצאי שבת, א טאג פאראויס, אנצוגרייטן די מסיבה פאר אלע וואס העלפן די מוסדות.


מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכט, מעריב האב איך געדאווענט מיט די בחורים אין ישיבה, אויך האב איך נאך אנגעיאגט צו געבן א שיעור פאר די בחורים, מיר האבן געלערנט די מעשה ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ב), אז די בת קיסר האט זיך גענייט מאנצבילשע קליידער וכו'; מיר האבן גערעדט פון די מעלה צו קענען זיין א משפיע, א מאן, נישט קיין מקבל, א פרוי; יעדע מאל מען קומט צווישן מענטשן זאל מען נישט ווארטן צו באקומען פון אנדערע – אויפמערקזאמקייט, נאר זיין א געבער, געבן פאר אנדערע גוטע ווערטער און געבן פאר אנדערע תשומת לב.


די טיקעטס האב איך געמאכט ביי אלי' קנאלל נרו יאיר, און ער האט מיך געטראגן צום עירפארט. אין עירפארט איז אלעס אריבער בשלום, אויך די וועג איז געווען זייער גרינג און געשמאק. יענקי האט מיט געברענגט קאווע מיט שאקאלאד, איך האב אביסל געשריבן בריוו, נאך א קורצע צייט האט מען געדאווענט שחרית און נאך א קורצע צייט מנחה.


מיר זענען אנגעקומען מאנטאג נאכט, מיר זענען גלייך געפארן קיין בני ברק צו די יארצייט סעודה פון מוהרנ"ת. שמעון עוזר פערל האט מיך אפגעווארט און גענומען קיין בני ברק, ער האט שוין חזקה אלע יארן מיך צו דרייווען. ער האט דאך אלעס אנגעהויבן; ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די ערשטע שול, ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די חדר, די סקול, און ביז היינט איז ביי אים אין שטוב די בית הדפוס. ער האט א קלענערע דירה ווי דיר, און ביי אים אין שטוב דרוקט מען אלעס, עס שטייט א גרויסע מאשין מיט צענדליגע קעסטלעך פאפיר, אזוי ווי ביי רבי נתן איז געווען אין שטוב א דפוס, און ער דרוקט פאר אלע מפיצים די וועכנטליכע גליונות און קונטרסים, עצתו אמונה.


דער גבאי פון די מוסדות ר' אהרן נרו יאיר האט אלעס צוגעגרייט, עס איז געווען זייער שיין און זייער פרייליך. מיר האבן גערעדט פון מוהרנ"ת, די סיפור התקרבות און נאך שיינע זאכן. אויך האט מען געפרעגט אפאר שאלות, איינע פון די שאלות איז געווען ווי אזוי קען מען האבן דא אין היכל הקודש א מורה דרך ווען מען קען נישט צוקומען און ווען מען פרעגט, מען שיקט שאלות - באקומט מען נישט קיין ענטפער; מיר האבן גערעדט אז אין די וועלט איז די שייכות פון א תלמיד מיט א רבי בעיקר אויף טעכנישע זאכן, אנדערש איז ביים רבי'ן וואס דער עיקר שייכות מיטן רבי'ן איז אויף עבודת השם, ווי מען קען זיך נאכאמאל באנייען, און ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו זיין א צדיק, און די סארט פראגעס דארף מען נישט קיין פערזענליכע תשובות, מען קען הערן די תשובות ביי די שיעורים און ביים לערנען די ספרים; עס איז כדאי אויסצוהערן דעם שמועס, אזוי וועסטו דאס קענען אריינלייגן אין דיינע תלמידים, ווייל דאס איז דער עיקר וואס מען דארף רעדן מיט תלמידים, זיי מחזק זיין זיי זאלן הערן שיעורים און לערנען די קונטרסים, און איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי אז איך הער אז ענק האבן מבטל געווען די שיעור פון נאכמיטאג, די שיעור התחזקות, דאס איז דאך דער עיקר פון די ישיבה; אלע יארן איז געווען דער שיעור דער עיקר פון די ישיבה וואס מען האט געלייגט א שטארקע געוויכט אז אלע בחורים זאלן הערן די שיעור, ווייל נאר מיט חיזוק, נאר מיט די עצות פון רבי'ן - קען מען אנגיין, איז פארוואס האבן ענק מבטל געווען די שיעור? איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי, איך שטרעג זיך אן צו געבן די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג נאר ווייל איך ווייס אז ענק האלטן מיט די שיעור, איז פארוואס האבן ענק מבטל געווען די שיעור? דאס האט מיך געמאכט איך זאל נישט געבן קיין שיעור אין ישיבה נישט זונטאג און נישט מאנטאג, אפילו אין ארץ ישראל זיצט דער מגיד שיעור יעדן טאג מיט אלע בחורים און זיי האלטן מיט די שיעור פון א טאג צוריק, אלע זיצן, מען קען דעמאלט גורס זיין משניות גמרא וכו', אבער אלע מוזן זיצן און הערן די שיעור, ווייל דאס איז אזוי וויכטיג, די יראת שמים און די חיזוק.


נאכן מסיבה זענען אלע אריבער געבן שלום, נאכדעם האבן מיר געדאווענט מעריב. איך בין געבליבן נעכטיגן אין בני ברק אין שטוב פון ר' יואל לעווי דער גבאי אין בני ברק, ער האט אנגעגרייט א נאכטמאל, איך האב נישט געהאט חשק צו עסן, איך עס נישט געווענליך פלייש נאר שבת, אבער אז מען קומט צו איינעם אין שטוב און יענער גרייט אן - איז ריכטיג צו עסן, ווייזן אז מען האט הנאה וואס זיי האבן געמאכט.


איך האב געוואלט טרינקען קאווע, מיר איז וויכטיג קאווע אז ביום התענית זאל איך נישט באקומען קאפ וויי. איך האב אהיים גערופן, גערעדט מיט מיין ווייב, געליינט קריאת שמע און געבעטן ר' יואל זאל מיך וועקן פארן עלות.


פיר דרייסיג פארטאגס האב איך זיך אויפגעוועקט, איך האב געטרינקען קאווע און געלערנט אביסל משניות. אויך ר' יואל האט זיך אויפגעוועקט, מיר האבן אביסל געשמועסט ווי גליקליך מיר זענען אז מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן אין חדר היכל הקודש. מיר זענען געגאנגען אין מקוה, משה רעכניצער האט אונז גענומען מיט זיין קאר צו די מקוה. עס איז נאך געווען פרי, זענען מיר געגאנגען אביסל לערנען אין חדר, דארט איז געקומען נאך אפאר מלמדים, אבא חייא, מען האט געשמועסט שיינע זאכן. לכתחילה האט מען אפגעשמועסט אז מען וועט מאכן דארט א מנין מיט די מלמדים איידער די קינדער קומען, שפעטער האב איך זיך געכאפט אז דאס איז נישט לכתחילה, צו מטלטל זיין א ספר תורה, זענען מיר געגאנגען דאווענען אין א שול נעבן דעם חדר, איך האב דארט עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, ר' יואל לעווי האט מיר געקויפט די עליה, נאכן דאווענען בין איך געבליבן לערנען אביסל.


מיר זענען געווען באזוכן אין חדר אין בני ברק די דריי כיתות, ערשט די עלצטע כיתה פון ר' אבא חייא רייזמאן, די קינדער האבן געזינגען זייער שיין די "ואני – אין איך יעקב", יעצט איז ר' אבא חייא פארנומען מיט זיך פארהערן די הוראה, האט איבערגענומען דער זון פון ר' יואל לעווי, וואלווי, ער איז זייער א גוטער מלמד, אויך איז דארט נאכמיטאג דער מלמד חיים יאקאבאוויטש; אויך די מיטלסטע כיתה איז דער מלמד יודא דוד לעווי דער זון פון ר' יואל לעווי, זייער א גוטע מלמד, און די דריטע כיתה איז די יונגסטע כיתה, דער מלמד איז ר' ישראל סופר, זייער א גוטע מלמד.


ביי ענק אין שטעטל איז שוין היינט דא אלע כיתות, אבער דו געדענקסט אודאי ווי אזוי מיר האבן געעפנט די חדר מיט זיבעצן יאר צוריק, תש"ע, מיט דריי כיתות. דו ביסט אריינגעקומען אין די עלצטע כיתה, און אזוי האבן מיר געצויגן אסאך יארן ביז מען האט שוין היינט אלע כיתות. אזוי וועט זיין אויך אין ארץ ישראל, יעצט איז דא ווייניג קינדער, לערנען די קינדער פון אפאר יאר אינאיינעם, און שפעטער וועט זיין גענוג קינדער פאר אלע כיתות.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין יבנאל, איך האב געוואלט פארן פריוואט מיטן מנהל יצחק פאפנהיים, אזוי קענען מיר רעדן אלעס פון די מוסד, ער האט אזויפיל זאכן צו רעדן מיט מיר, זאכן וואס זאמלען זיך אן במשך די יאר, און טאקע אזוי, איך בין מיט אים געפארן פריוואט, און אויפן וועג האבן מיר גערעדט ווי אזוי צו מאכן שענער און בעסער די חדר און די סקול. מיר זענען אריבער געגאנגען אלע מלמדים און אלע טיטשערס, ברוך ה' אלע זענען זייער טייער, יעדער האט זיינע מעלות פאר די קינדער. אינמיטן וועג האב איך געטראכט אז איך בין שוין סיי ווי אין גליל, לאמיר זיך אריבערכאפן צו רבי שמעון און צו רבי מאיר מתפלל זיין פאר מיר און פאר אלע תלמידים; מיר האבן געטוישט די פלאן, מיר האבן געטראכט אז מיר וועלן גיין ערשט קיין מירון און נאכדעם קיין יבנאל און טבריה.


איך בין געגאנגען מתפלל זיין ביי קברי אבות, ביי מיין זיידע באבע, אויבן אויפן בארג אין מירון ליגן זיי, העכער די ציון פון קבר התנא אלוקי רבי יוחנן הסנדלר, אויך האב איך געדאווענט ביי רבי יוחנן הסנדלר, און אויך האב איך זיך מתבודד געווען און זיך מתבודד געווען ביי וכו', פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רבי שמעון. ערשט האבן מיר געדאווענט מנחה, מען האט געליינט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך וויל עולה זיין, און דער וואס האט אויסגערופן האט מיר געגעבן אן עליה, נאכדעם האב איך געזאגט די תפילה פון ליקוטי תפילות פון "לכו חזו", איך האב דאס איבערגעזאגט דריי מאל, איך האב זייער געוויינט צו רבי שמעון זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך האב זייער ליב די תפילה ווי מוהרנ"ת דאווענט צום אייבערשטן ער זאל העלפן אז די צדיקים זאלן זיך וויסנדיג מאכן פון אונז און אונז נישט אוועק ווארפן; אוי איז דאס א וויכטיגע תפילה, ווייל מיר קענען נישט אליינס, מיר דארפן די צדיקים זאלן אונז מחזק זיין און מקרב זיין צום אייבערשטן.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין טבריה צום הייליגן רבי מאיר בעל הנס, דארט האב איך געטראפן אנשי שלומינו פון יבנאל, טבריה און פון בני ברק, איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים און זיך גוט מתבודד געווען, אויך האב איך געצינדן א לעכט מיט שמן זית לזכות התנא רבי מאיר. מוהרא"ש זאגט אין די בריוו אז דאס איז מסוגל פאר ישועות, איך האב באזונדער געבעטן פאר אלע תומכים וואס העלפן מיר חודש'ליך מיט געבן צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס פאר אונזערע מוסדות, זיי נעמען אראפ פון מיר די שווערע לאסט וואס איך טראג, די מוסדות אין ארץ ישראל קאסט חודש'ליך אכציג טויזנט דאלער; עס קומט אריין שכר לימוד בערך צען פופצן טויזנט און די איבריגע ליגט אויף מיר צו שאפן, און ברוך השם דער גבאי ר' אהרן וועבערמאן האט אויפגעשטעלט א קרן הצלה וואס ברענגט אריין חודש'ליך כמעט די גאנצע געלט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן זאל ערפילן אלעמענ'ס בקשות.


מיר האבן געדאווענט מעריב ביי רבי מאיר און פון דארט בין איך געפארן צום שטוב פון ר' יוסל סאקס דער גבאי און מלמד פון טבריה, ער האט צוגעשטעלט פיינע מזונות מיט פיינע קאווע, עס איז געווען זייער געשמאק, מען האט אביסל געשמועסט, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין יבנאל, נאר צוליב דעם בין איך געפארן קיין צפון, איך קען נישט קומען קיין ארץ ישראל אן גיין צו מיין רבי מוהרא"ש, איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן פאר מיר, געבעטן פאר אנשי שלומינו און פאר די גאנצע קהילה.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין אלעד צום שטוב פון נח לוין, ער האט אנגעגרייט א סעודה פאר אלע תומכים פון 'קרן הצלה', די וואס שטיצן חודש'ליך די מוסד, דער גבאי ר' אהרן ווערבערמאן העלפט מיר זייער מיט די 'קרן', ער האט דאס אנגעגרייט.


ער האט אנגעגרייט א סעודה, ער האט געבעטן איך זאל זיך וואשן נטילת ידים, איך האב געזאגט אז אויב איינער וועט מאכן א סיום וועט עס זיין א סעודת מצוה וועל איך זיך וואשן. דארט איז געווען אנשי שלומינו וואס האבן גלייך געמאכט סיומים אויף בבלי און אויף משניות, עס איז געווען גאר א שיינע סעודה, עס האט זיך געצויגן אין די נאכט אריין, מען האט געשמועסט פון די מתנות וואס מען איז זוכה צו באקומען אין היכל הקודש, די חינוך ביי די קינדער און די שלום בית. איך האב אנגעהויבן רעדן צו אנשי שלומינו אז מען מוז זען עפעס צו טון פאר הפצה, מען זאל מאכן חבורות אין אלע שטעטלעך, צעטיילן די שטעט לויט וויפיל שולן עס איז דא, און יעדער אינגערמאן און בחור זאלן נעמען כך וכך שולן יעדן שבת צו לייגן גליונות, אבער דער גבאי ר' אהרן האט איבערגענומען די מייק און געזאגט אז ער האט א טענה, ער האט נישט געמאכט די מסיבה פאר הפצה, ער האט געמאכט די מסיבה פאר החזקת המוסדות, ער האט געבעטן מען זאל טוישן די שמועס, מען זאל רעדן פון די מוסד, ער האט געזאגט אז יעדע טאטע וואס האט עפעס צו דערציילן עפעס ספעציעל פון די מוסד זאל דערציילן; וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב זיך געווישט די טרערן, טאטעס האבן דערציילט פון די רחמנות ווי די מלמדים און די טיטשערס געבן זיך אפ מיט די קינדער, ווי זיי געבן אכטונג אויף די קינדער זיי זאלן נישט ווערן צעקלאפט און פארשעמט, איך האב געשלינגען יעדע מעשה מיט פארגעניגן.


אויך האט זיך איינער אויפגעשטעלט און דערציילט אז ער האט א ברודער וואס האט געלערנט פאריאר אין ישיבה ביי משה שמואל, און דער ברודער איז למעשה געגאנגען ארבעטן, און ער דערציילט אים אז דארט ביי די ארבעט איז דא נאך בחורים עלטער פון אים וואס רעדן געמיין, שמוציג, ניבול פה, און ער דערציילט דעם ברודער: "איך זאג זיי אז דא קען מען נישט רעדן ניבול פה און אלע פאלגן", אויך האט ער דערציילט אז דער ברודער דארף אויפשטיין גאר פרי צו קענען דאווענען און אנטון תפילין איידער ער גייט אין ארבעט, איך האב שטילערהייט געוויינט, ווייל איך געדענק ווי דער מגיד שיעור פלעגט מיר שרייבן כמעט יעדן טאג, (ער שרייבט מיר יעדן טאג אפאר שורות ראשי פרקים וואס גייט אריבער אויף אים אין ישיבה מיט די בחורים), אז ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט דעם בחור, עס זעט נישט אויס ווי ער הערט אויס זיינע דרשות, און בכלל, ער זיצט נישט איין, ער גייט און קומט וכו' וכו', און איך פלעג אים מחזק זיין ער זאל ווייטער רעדן פון יראת שמים, ווייל עס איז נישט מעגליך עס זאל נישט אריינגיין אין  הארץ, שפעטער האב איך געזאגט פאר משה שמואל, וואלט ער געזיצן נעבן מיר וואלט איך אים געגעבן א ציפ ווען דער ברודער האט גערעדט, ער זאל געדענקען אויף ווייטער אז קיין איין ווארט גייט נישט לאיבוד, עס איז נאר קטנות הדעת וואס מגידי שיעורים, מחנכים און מלמדים גייען אריבער.


פון דארט זענען מיר געפארן מיט יצחק דער מנהל קיין ירושלים, איך האב געבעטן די גבאים זאלן נישט ארויסנעמען קיין דירה מיט קיין קאר פאר מיר, א שאד די געלט, איך וועל ענדערש איינשטיין ביי אנשי שלומינו. דער מגיד שיעור ר' משה שמואל האט מיך אריינגענומען אין שטוב, געמאכט הכנסת אורחים.


מיטוואך ויחי אינדערפרי בין איך געבליבן אין די דירה לערנען, איך האב געוואוסט אז איך וועל קומען אין שול ווארט מיר אפ ארבעט ביז שפעט ביינאכט און איך מוז אנהייבן מיין טאג מיט לערנען מיינע שיעורים, מוהרא"ש האט אזוי אריינגעלייגט אין אונז אז מען קען נישט אן די שיעורים כסדרן. איך בין געגאנגען אין מקוה, משה שמואל האט מיך באגלייט, נאכן מקוה זענען מיר געגאנגען אין שול דאווענען, ר' אהרן גאלדשטיין איז אין יאר, ער האט געדאווענט פארן עמוד שחרית. נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא, נאכן שיעור איז געווען שיינע שמועסן, קענסט עס הערן אויפן טעלעפאן ליין.


פון דארט זענען מיר געגאנגען קיין בית פיגא, עס איז אזוי שיין און ערליך, די מיידלעך, די לערערינס זענען זייער איידל און האבן גוטע מידות. אמאל איז דאס א סתירה, ווייל ווי מער פרום מען איז קען עס קומען פון שלעכטס, דא איז אבער נישט אזוי, זיי זענען אנגעפילט מיט גוטע מידות. עס זענען געווען תלמידות וואס האבן אנגעגרייט שאלות, איין פראגע פון א תלמידה האט מיך געשטערט, א תלמידה פרעגט וואס זי זאל טון ווען זי קומט מיט א נייע קלייד אדער נייע שיך, נייע צירונג - אין סקול, און קיינער זאגט איר גארנישט; איך האב געענטפערט וואס זי זאל טון, אבער איך האב א פראגע צו די טיטשערס, ווי קען זיין אזא זאך אז א קינד קומט מיט א נייע זאך אנגעטון און די טיטשערס מאכן נישט קיין עסק דערפון? מען דארף געדענקען צו געבן אויפמערקזאמקייט, מען דארף געדענקען צו געבן פאר די קינדער אטענשן, דארט רופט מען דאס תשומת לב, דאס איז אזוי וויכטיג און אזוי געזונט פאר קינדער, עס בויט אויף זייער זעל.


איך בין אביסל מרחיב ביי דעם פרט ווייל דו ביסט א מגיד שיעור, ביסט געשטעלט צו מחנך זיין קינדער און בחורים, דארפסטו וויסן אז געבן געפיל, געבן גוטע ווערטער - איז זייער זייער וויכטיג פאר קינדער און בחורים.


מיר זענען געפארן מיט די בחורים קיין קבר רחל, די בחורים האבן מיר געפרעגט אויפן וועג אויב דער ראש ישיבה איז סאטמער, ווייל ווי זיי ווייסן גייען נישט סאטמערע חסידים צו קבר רחל און קיין חברון צו די מערת המכפילה; איך האב זיי געזאגט אז איך בין א סאטמער תלמיד, און איך פלעג גיין מיט מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה צו קבר רחל, אזוי אויך בין איך געגאנגען מיט מיין זיידע קיין חברון צו די מערת המכפלה, מיין זיידע איז געווען א תלמיד פון הייליגן רבי'ן און ער איז יא געגענגען.


די פארגאנגענע וואך פרשת ויחי קומען אסאך תלמוד תורה'ס צו קבר רחל זינגען דארט די "ואני" וואס רעדט זיך פון די מאמע רחל, ווי זי וועט אויפשטיין פון קבר און וויינען און שרייען צום אייבערשטן פאר אידישע קינדער.


איך האב געדאווענט מנחה ביי קבר רחל און געזאגט א חלק פונעם יום תהלים און געמאכט אביסל התבודדות, איך האב זיך נישט געקענט מיישב זיין דארט ווייל אפאר מענטשן האבן דארט געזינגען און געשריגן און געמאכט א קאפ וויי.


פון דארט בין איך געפארן מיט די בחורים צום הר הזיתים צום ציון פון הייליגן אור החיים הקדוש, איך האב זיי געדארפט אביסל מוסר געבן אז זיי זאלן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, נישט רעדן און נישט לאכן, מען מוז זיך פירן ביי קברי צדיקים מיט גרויס יראה.


איך שרייב דיר דאס ווייל אז דו נעמסט אמאל די בחורים צו קברי צדיקים, אין מאנסי צום ריבניצער רבי'ס ציון, אדער קיין קרית יואל צום סאטמער רבי'ס ציון, זאלסטו זיי אנגרייטן ווי אזוי זיך אויפצופירן, נישט רעדן און נישט לאכן, עס איז נישט קיין פארק וואו מען טאנצט און מען שפרינגט, מען מוז קומען מיט גרויס דרך ארץ. אויך זענען מיר געגאנגען צום ציון פון רש"ש, איך האב נישט געזאגט דארט תהלים און זיך נישט פארזוימט דארט, ווייל עס איז געווען קאלט און טינקל און איך בין געווען זייער אפגעמאטערט.


פון דארט זענען מיר געפארן צו שמעון הצדיק, איך האב זייער הנאה געהאט צו פארן מיט די בחורים, זיצן מיט זיי אין איין באס, פון אונטן, אויסגעמישט מיט זיי, הערן זייערע שמועסן, זייערע ווערטלעך, איך האב געזען אז זיי זענען ערליך און וואויל, אלע רעדן איידל, אלע רעדן שיין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין א דירה, איך האב געטראכט צו גיין שלאפן און איך האב שוין אפילו אפגעשמועסט מיטן מגיד שיעור זאל קומען פארטאגס מיך נעמען, איך האב געוואלט גיין מיט אים וכו', למעשה האב איך געדארפט זיצן מיט די הנהלת המוסד ווי אזוי אוועקצושטעלן די מוסדות, די געלט זאכן, עס האט זיך פארצויגן ביז איינס אזייגער ביינאכט, אויך איז געקומען א משפחה וואס די ווייב איז א לערערין אין ירושלים סקול, אפשערן אביסל האר, מאכן חאלאקא. די מיטונג מיט די חברי הנהלה האט זיך זייער געשלעפט, אבער איך קען זאגן בפה מלא אז עס איז מיר געווען ווערד צו קומען קיין ארץ ישראל נאר פאר די מיטונג, עס זאל זיין שלום צווישן אונז, עס זאל זיין מסודר ווי אזוי די מוסד זאל זיך פירן.


דאנערשטאג בין איך געגענגען מיטן מגיד שיעור, ער האט מיך באגלייט אין מקוה, שחרית האב איך געדאווענט אין אונזער שול, איך האב עולה געווען, און נאכן דאווענען האב איך געגעבן א גמרא שיעור. ר' אהרן שלעזינגער האט מיר געברענגט דעם דריטן באנד "ותחיין את הילדים", הערליך שיין, א הערליכע ארבעט, צאמגענומען עצות פאר חינוך, די ספר מאכט א דורכברוך אין די וועלט.


פון דארט בין איך ארויף אין חדר צו די עלצטע כיתה, דער מלמד איז ר' יוסף כ"ץ, די קינדער זענען זייער וואויל, זיי האבן געזינגען די צוויי "ואני'ס", אין בני ברק חדר האבן זיי נישט געוואוסט אז מען מאכט אן עסק פון ביידע "ואני'ס", איך האב זיי געזינגען אויף די צווייטע "ואני" נאך א פשט, די פשט וואס דער רבי זאגט אין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ט, "ואני", און איך יעקב, "נתתי לך שכם אחד אל אחיך", וואס מען איז זוכה דורך תפילה, צו ווערן בעל הבית אויף די דריי חלקים פון די וועלט, "ש'פל כ'וכב מ'זל" וואס איז די ראשי תיבות "שכ"ם", און אפילו מען איז נעבעך בשפל המדריגה, מען ליגט אין בלאטע, אין עבירות, אבער דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו קומען פון ש'פל צו כ'וכב, ביז מען ווערט גאר ביי די מדריגה פון א מ'לאך, דאס איז "שכם", איך האב זיי דאס געזינגען זייער שיין, די קינדער האבן זייער הנאה געהאט.


אויפן וועג אהיים פון חדר בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין ר' משה כהנה, ער האט א זון אין ישיבה, ער דאווענט ביי אונז, זיין מאמע איז אוועק. איך האב מנחם געווען אויך זיין טאטע, דער גרויסע תלמיד חכם, הרב הצדיק רבי אייזיק כהנה שליט"א, א רב אין די עדה החרדית, און פון דארט בין איך געגענגען געבן א שיעור פאר די אברכים, דאס איז מיר געווען זייער חשוב, איך האב שוין געהאט געזאגט לאנג צוריק פאר ר' משה שמואל וואס ער לערנט די תלמידים די חתנים אין ישיבה, אז ווען איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וויל איך לערנען מיט די פרישע אינגעלייט פריוואט, זיי לערנען ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז מדריך געווען צו לעבן א חתונה געהאטע לעבן, אן קיין חומרות און אן קיין פרישות.


נאכדעם זענען מיר געזיצן נאכאמאל מיט די גבאי המוסדות ר' אהרן וועבערמאן מיט די הנהלה, אויסארבעטן ווי אזוי צו פירן די מוסד; איך רעד נישט די וועג פון חינוך, מיר האבן גערעדט ווי אזוי די געלט, די פאנדרעיזינג זאל ארבעטן, איך האב זיי געזאגט כמה פעמים אז די הצלחה פון א מוסד איז נישט די געלט, דער הייליגער סאטמער רבי האט געזאגט: "א מוסד פארמאכט זיך נישט אז עס פעלט געלט, א מוסד פארמאכט זיך אז מען קריגט זיך", און אז מיר וועלן לעבן מיט ליבשאפט וועלן מיר זייער מצליח זיין. אזוי ווי א שטוב, טאטע מאמע קענען לעבן און ערציען די קינדער אן געלט, מען בארגט און מען זארגט וכו', אבער אויב מען האט זיך נישט ליב, מען באשולדיגט זיך איינער דעם צווייטן - איז א רחמנות אויף די קינדער; עס איז מיר ווערד געווען אוועק צו געבן שעות אויף שעות עס זאל זיין אוועקגעשטעלט ריכטיג צווישן די חברי הנהלה ווי אזוי אלעס זאל זיך פירן.


אויך בין איך געזיצן פאר א שעה און א האלב מיט אלע לערערינס פון אלע בית פיגא'ס, איך מיטן מנהל זענען געזיצן אויף איין זייט, און פון די אנדערע זייט זענען געזיצן די לערערינס, מען האט גערעדט פון שאלות וואס לערערינס דארפן וויסן (איך האף צו קענען שרייבן שיינע תשובות אויף אלע שאלות).


נאכדעם זענען מיר געזיצן פאר א שעה און א האלב מיט אלע מלמדים פון אלע חדרים; ירושלים, טבריה און בני ברק. ערשט האט מען געדאווענט מנחה מעריב אין די דירה, מען האט געשמועסט אלעס וואס איז נוגע פאר חדר. אברהם רוטמאן איז געקומען מיט זיין משפחה, ער האט געמאכט א חאלאקע, איך האב אפגעשוירן אביסל האר פון זיין זון און אים געבענטשט, איך האב הכרת הטוב פאר אים פאר אלעס וואס ער טוט פאר מיר און פאר די מוסד.


פון דארט בין איך געפארן אין שול געבן די ליל שישי שיעור, עס איז געווען אביסל שווער פארן עולם ווייל עס האט גערעגנט, די שול איז געווען אנגעפאקט, און די מענטשן פון גאס וואס זענען געשטאנען אינדרויסן זענען געווארן נאס.


ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון די ערשטע רש"י, "למה פרשה זו סתומה", פארוואס איז פרשת ויחי פארשטאפט? מיר האבן גערעדט אז דאס וואס מען זעט ביי זיך 'פרשת סתומה', מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן, דאס קומט פון יעקב אבינו ווערט נפטר, מען לעבט נישט מיטן צדיק; און איך בעט דיר אלס מגיד שיעור, דאס זאלסטו רעדן צו דיינע תלמידים, אז מען מוז לעבן מיט א צדיק, און מען דארף האבן א מורה דרך אין לעבן, רעד צו זיי שיין און זיס, זיי זאלן בוחר זיין בטוב.


אויך האב מיר גערעדט פון דעם וואס יעקב אבינו האט גענומען יוסף'ס קינדער און זיי ארומגענומען, געקישט און געהאלזדט, ווייל נאר אזוי קען מען מאכן די דורות זאלן זיך ווייטער ציען, מיט ליבשאפט, און נאר אזוי קען א מגיד שיעור מצליח זיין, אז מען רעדט מיט ליבשאפט, נאר אז מען האט ליב די קינדער.


נאכן שיעור בין איך צוגעגאנגען צו א בר מצווה פון א משפחה וואס ביי זיי פלעג איך אמאל איינשטיין ווען איך פלעג קומען אין ארץ ישראל, גאר א חשוב'ע משפחה, סיי דער טאטע און סיי די מאמע, א ברסלב'ע משפחה, משפחת בורנשטיין. ביי זיי אין שטוב האט זיך אלעס אנגעפאנגען, ביי זיי אין שטוב איז געווען די ערשטע שיעור וואס איך האב געגעבן אין ירושלים, איך האב געגעבן דעם בחור א מתנה א אידישע אשר בנחל.


פון דארט בין איך געפארן מיט שמעון עוזר צום עירפארט, אויפן וועג אהיים איז געווען זייער שווער צו פארן, עס איז געגאנגען א גאס רעגן, מען האט ממש נישט געקענט זען וואו מען פארט.


אויפן וועג בין איך געשלאפן די גאנצע וועג, פרייטאג פארטאגס זענען מיר אנגעקומען בשלום אהיים.


שמעון פיש האט מיך אפגעווארט און גענומען אהיים, שבת בין איך געווען אין ישיבה, עס איז געווען שיינע דיבורים אין ישיבה.


אויך נעכטן זונטאג בין איך געפארן קיין קווינס געבן א שיעור פאר א ספרדי'שע קהלה, זיי זענען מיר געקומען בעטן אז זיי ווילן הערן דעם רבינ'ס עצות ווי מען געבן דאס איבער אין היכל הקודש, איך בין געגאנגען צו זיי. איך האב זייער הנאה געהאט, טייערע ליכטיגע ספרדי'שע אידן אנגעפילט מיט תמימות, הלואי זאלן מיר האבן אזא תמימות און אזא אמונת חכמים.


איך שרייב דיר נאכאמאל אז עס טוט מיר זייער וויי אז ענק האבן מבטל געווען די שיעור, דאס איז דאך דער עיקר פון די ישיבה, אז די בחורים זאלן מקבל זיין די פאר יאר וואס זיי זענען אין ישיבה וואס מיר האבן איבערצוגעבן פון וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש; איך וויל דו זאלסט עס צוריק מאכן.


איך וויל זאלסט רעדן מיט משה שמואל, ומקבלין דין מן דין; ווייל וואס איך רעדט מיט אים איז נוגע פאר דיר און וואס איך זאג דיר איז נוגע פאר אים, איך וויל ענק זאלן קענען אריינלייגן דאס מערסטע אין די תלמידים.


איך מוז אהיים לויפן, זיי געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#71 - גיי וואס מער צום ריבניצער רבי'ס ציון
קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מאנסי


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי דיר גוט, און אז דו ביסט זיך מחזק אין עבודת השם יתברך מיט דאווענען און לערנען. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "וואס דארף א איד טון אויף דער וועלט? נאר דאווענען און לערנען און דאווענען", מען דארף גארנישט טון מער פון דעם.


דו וואוינסט יעצט אין מאנסי, וויל איך דיר בעטן זאלסט פרובירן צו גיין וואס מער צום ריבניצער רבי'ס ציון, גיי כאטשיג איין מאל א וואך, און אויב דו קענסט גיין איין מאל א טאג – איז גאר גוט, זאג דארט אפאר קאפיטלעך תהלים און בעט פאר דיר, מאכט דארט התבודדות. ביי קברי צדיקים איז א גוטע פלאץ פאר התבודדות, און אויב איך מעג דיר בעטן דו זאלסט מיך אויך מזכיר זיין אין דיינע תפילות, יואל בן רייצא רעכיל און מיין גאנצע משפחה.

#70 - גע'חלומ'ט ווי א שלאנג האט געביסן
קברי צדיקים, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


בנוגע די חלום פון דיין ווייב, אז א שלאנג האט איר געביסן; דאס איז א גוטע חלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נז.) דער וואס חלומ'ט זיך פון א שלאנג – "פרנסתו מזומנת לו", וועט האבן פרנסה, אזוי ווי דער שלאנג האט אלץ עסן, "נשכו", אויב חלומ'ט ער זיך ווי ער כאפט א ביס פונעם שלאנג – "נכפלה לו", וועט ער האבן דאפלט פרנסה; זאל ענק דער אייבערשטער בענטשן מיט פרנסה בריווח.


שטארק זיך בעבודת השם, און ווען דו קענסט נאר – זאלסטו זיך אריבערכאפן קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו. צינד א לעכט און זאג אפאר קאפיטלעך תהילים, ובעיקר זיי זיך מתבודד דארט, בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב, פאר דיינע קינדער. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", ביי קברי צדיקים ווערן אנגענומען די תפילות אפילו ווען איינער איז נישט ווערד מען זאל אים אויסהערן, עיין שם.

#69 - פאר נישט אוועק, אפילו דיין ווייב איז מסכים
חנוכה, שלום בית, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אז דיין ווייב איז דיר גוט און געטריי, און ווען דו וועסט נאר וועלן פארן אויף נסיעות, מקומות הקדושים וועט זי דיך לאזן פארן – איז אבער נאכאלץ נישט ריכטיג דאס צו טון פאר איר, מען טאר דאס נישט טון צו איר; פארגעס נישט אז מיר פארן דאך ראש השנה צום רבי'ן קיין אומאן, קען מען נישט פארן נאך זמנים, איבערלאזן די ווייב מיט די פיצלעך קינדער, מען דארף רחמנות האבן אויף איר, און מען קען פועל'ן אלע ישועות מיטן זיין אין שטוב מיט די משפחה.


טייערער ברודער, באניי זיך, קומענדיגע וואך איז חנוכה, א צייט פון זיך באנייען, און אפילו די יוונים האבן זיך איינגעבראכן און מטמא געווען "כל השמנים" – די מח מחשבה, "ופרצו חומות מגדלי", זיי האבן אויפגעבראכן אלע טויערן, די אויגן, די אויערן, די נאז, די מויל, און מען איז ליידער אראפגעפאלן אין טיפן אפגרונד, אין פגם הברית רחמנא לצלן, הוצאת זרה לבטלה רחמנא לצלן, איז אבער – "ומנותר קנקנים", דורך די הייליגע צדיקים, דער הייליגער רבי, נחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו, וואס האט געשריגן: "גיוואלד, נישטא קיין יאוש!" – קען מען זוכה זיין צו מתקן זיין אלעס און אנהייבן דינען דעם אייבערשטן, און ווערן א גרויסער צדיק.

#68 - זיך ארויפכאפן טעגליך ביים ציון פון הייליגן צדיק
קברי צדיקים, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל


איך האף צום אייבערשטן אז דו שטארקסט זיך אין דיין עבודת השם, מיט תורה ותפילה און מיט יראת שמים, איך האף זייער אז דיין שטוב איז אפגעהיטן פון כלים וואס מען קען זען עבירות און אזוי ווייטער.


זיי זיך קובע צו לערנען יעדן טאג חומש מיטן תרגום לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך זאלסטו לערנען ש"ס כסדרן, אויך זאלסטו זאגן דעם יום תהילים יעדן טאג.


אויך זאלסטו זיך ארויפכאפן טעגליך ביים ציון פון הייליגן צדיק, דער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער, זאג דארט די תיקון הכללי און בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה, אויך בעט פאר מיר יואל בן רייצא רעכיל, איך זאל קענען אנגיין מיט די ישיבה וכו'.

#67 - איך ווארט דיך צו זען אין אומאן
קברי צדיקים, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז אין בנין אין אומאן איז נישט צוגעשטעלט צו קענען קומען עסן, די סעודות זענען נאר פאר די וואס שלאפן אינעם בנין.


דאווענען וועסטו קענען מיטהאלטן, די שול איז אפן פאר אלעמען ביי די תפילות, אין די אנדערע זמנים איז דער בנין פארמאכט, עס איז פריוואט נאר פאר די וואס נעמען א בעט דארט.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, זאג דיין ווייב אז איך ליין אלע אירע בריוו, און אפילו די בריוו וואס ווערן נישט געענטפערט ליין איך, איך בעט פאר איר און פאר ענקער גאנצע משפחה.


כאפ זיך אריבער ביי די הייליגע צדיקים, דער אריז"ל, דער בית יוסף און אלע אנדערע צדיקים. דו וואוינסט דאך נעבן זיי, א שפאן אוועק, קענסטו זיך אריבערכאפן טאג טעגליך. ביי די צדיקים איז אפן די הימלען, די תפילות גייען ארויף זייער שנעל, זיי זיך דארט מתבודד, בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב און קינדער, און זיי מיך אויך מזכיר לטובה, יואל בן רייצא רעכיל.


איך ווארט דיך צו זען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#66 - כאפ זיך אריבער צום ריבניצער רבי'ס ציון
קברי צדיקים, תפלין, ציצית, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי שטארק מיט אנטון תפילין יעדן טאג, הויב נישט אן ארבעטן איידער דו גייסט אין שול דאווענען, אויך זאלסטו אנטון ציצית, דאס וועט זיין א שמירה פאר דיר.


כאפ זיך אריבער צום ריבניצער רבי'ס ציון, זאג דארט די תיקון הכללי און זיי זיך מתוודה פארן אייבערשטן און וויין מיט הייסע טרערן דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה שלימה, פאררעכטן אלעס און מער נישט זינדיגן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַךְ", ביי קברי צדיקים קען מען פועל'ן אפילו דער וואס מען נעמט נישט אן זיינע תפילות.


דעם פאריגן שבת ביי פתיחת הארון האב איך אסאך געבעטן פאר דיר.



 

#65 - סדר הנסיעה אומאן ראש השנה תשפ"ה
תפילה והתבודדות, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, חסידות ברסלב, נסיעה, אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, משמש דעם רבי'ן, מנהגים, דן לכף זכות, פדיון נפש, מוהרנ"ת ז"ל, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין נעכטן נאכט צוריק געקומען פון הייליגן רבינ'ס ראש השנה, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שיין אונזער יום טוב איז געווען; די דאווענען, די שמחה, די אחדות, די הייליגע אטמאספער, די שמחות און די בכיות; ווען די אנשי המלך טרעפן זיך אינאיינעם, דאס קען מען נישט אראפשרייבן, דאס דארף מען אליין מיטהאלטן.


עס האט מיר זייער וויי געטון אז איך האב דיך נישט געזען, איך ווייס נישט אויב דו ביסט געווען אין אומאן נאר ביסט נישט געקומען ביי אונז אין היכל הקודש, אדער בכלל נישט געקומען; איך קען נישט פארשטיין, וואס איז דא מורא צו האבן צו רעדן אין שטוב פון רבי'ן? וואס הייסט די ווייב זאגט 'רעד נישט פון רבי'ן'? וואס הייסט די ווייב זאגט 'רעד נישט צו די קינדער פון ברסלב'? שלום בית מיינט נישט אז וואס די ווייב זאגט –טוט מען, דאס מיינט זיין א שמאטע, דאס האט גארנישט מיט שלום בית, אז די ווייב זאגט 'רעד נישט פון ברסלב' - זאגט מען פאר די ווייב: "מיין טייערע ווייב, איך האב דיך זייער ליב, און פארוואס זאלסטו מיר זאגן איך זאל נישט רעדן פון רבי'ן? איך וויל יא רעדן פון רבי'ן און איך וויל יא זאגן פאר די קינדער אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן העלפן און קען יעדן איינעם מתקן זיין, א רבי וואס האט אזעלכע גוטע עצות פאר יעדע פרט אין לעבן".


עס איז דא א טעות ביי אנשי שלומינו וואס עס מיינט שלום בית, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אזויפיל גערעדט צו אונז פון שלום בית, פון זיך נישט טענה'ען, פון נישט וויי טון די ווייב, איז געווארן א טעות אז מען האט מורא פון די ווייב, מען לאזט זיך טרעטן, מען באהאלט זיך; נישט דאס האט מוהרא"ש געמיינט, אויסדריקליך נישט דאס, מוהרא"ש זאגט מען טאר נישט וויי טון די ווייב, דאס מיינט אז מען טאר נישט רעדן צו איר נישט שיין, מען טאר נישט גיין פארברענגען מיט חברים און איר לאזן אליין אין שטוב, מען טאר נישט טשעפען, אבער אז זי וויל נישט איר מאן זאל גיין דאווענען אין ברסלב ווייל זי האט געהערט לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן, און זי וויל נישט מען זאל הערן שיעורים וואס געבן לעבן און ברענגען נענטער צום אייבערשטן - דארף מען נישט טון וואס זי זאגט, מען דארף רעדן און רעדן מיט איר שיינערהייט, ווארעם און הארציג: "מיין טייערע ווייב איך האב דיך ליב, און איך גיי צום רבי'ן ווייל דער רבי געבט מיר לעבן, און איך וויל דו זאלסט מסכים זיין צו שיקן די קינדער אין חדר און אין בית פיגא וואס גרייט אן וואס לעבן איז, א פלאץ וואס מען לייגט נישט אריין די קינדער אין א פאלשע לעבן פון געפעלן פאר אנדערע, מען לערנט מיט די קינדער די אמונה, אזוי הייליג און אזוי געזונט".


איך וויל דיר שרייבן ממש אויפן שפיץ גאפל פון אונזער נסיעה צום הייליגן רבי'ן.


די יאר בין איך געפארן פון פאר שבת, ווייל עס איז מיר זייער שווער אנצוקומען אין אומאן אן איבערנעכטיגן איין נאכט פאר ליל זכור ברית, ווייל פון ליל זכור ברית הויבט זיך אן ביי מיר א שווערע עבודה פון אויפנעמען מענטשן און דאווענען, תקיעות און געבן דרשות וכו' וכו', און היות די נסיעה איז גאר לאנג, מען דארף פארן צו אן אנדערע מדינה און נאכדעם זיך שלעפן צענדליגער שעות - בין איך געפארן פריער.


איך בין ארויסגעפארן דאנערשטאג פרשת נצבים וילך פארנאכטס, איך מיט מיינע קינדער נחמן נתן, יצחק דוד, הערשל און יוסף, מיט נאך אפאר אינגעלייט וואס גרייטן אן די סעודות מיט די בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן; העניך אינדיג, יחזקאל סאמעט, שלמה יאקאבאוויטש, מושי איינהארן, לייבי אפפעל, אברהם אליהו פרידריך מיט נאך צוויי דריי בחורים.


די וועג איז געווען מיט גרויסע חסדים, און מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי אין ווארשע, מיר האבן געדאווענט שחרית אין עירפארט, און פון דארט זענען מיר געפארן אפאר שעה מיט א באס קיין ליזענסק, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג אין ליזענסק.


מיר זענען געגאנגען אין מקוה און זיך געגרייט אויף שבת, פרייטאג צו נאכטס האבן מיר געדאווענט מנחה און קבלת שבת ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו. איידער איך בין ארויסגעפארן בין איך זיך געגאנגען געזעגענען ביי מיין טאטן קארלסבורגער רב שליט"א, איך האב אים געפרעגט אויב מען קען דאווענען שבת ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אויב עס איז בבחינת מירון און אומאן וואס מען גייט אויך שבת צום ציון, האט ער מיר געזאגט: "אודאי", ער האט מיר דערציילט מעשה רַב, פון מיין זיידע רבי יחזקאל רוטה זכותו יגן עלינו, אז ער האט אזוי געטון; ער איז געווען שבת פרה אין ליזענסק, א וואך פאר ער איז נסתלק געווארן, און ער האט געדאווענט ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו מנחה און קבלת שבת און געטאנצן דארט לכה דודי, אזוי ווי אין מירון, אויף דעם סמך האבן מיר אויך אזוי געטון; געדאווענט ביים ציון און געטאנצן לכה דודי מיט גרויס שמחה, עס איז געווען אזוי ליכטיג, מען האט געשפירט אזוי גליקליך אז אפילו מיר זענען ווי אזוי מיר זענען, ווי סאך מיר דארפן נאך פאררעכטן אונזער לעבן, אבער בכח הצדיקים וועלן מיר נישט פארפאלן גיין, איך קען דיר נישט מסביר זיין די געפילן וואס מען האט דארט געשפירט.


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען אז בזכות הצדיקים וועט עפעס בלייבן פון אונז. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקצד), עס איז געווען א צדיק וואס איז געווען ביי זיך זייער צעבראכן, ער האט אלץ געטראכט אז ער וועט נישט האבן קיין תיקון, ער האט געטראכט אז ער איז פון די כיתה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יז.): "יורדין לגיהנם", מען וועט זיי לייגן אין גיהנום, "ונידונין בה י"ב חודש", פאר צוועלף חדשים, "לאחר י"ב חודש", און נאך צוועלף חדשים, "גופן כלה", וועט די קערפער ווערן אויס, "ונשמתן נשרפת", און מען וועט פארברענען זייער נשמה, "ורוח מפזרתן", און עס וועט קומען א ווינט און אויסשפרייטן די אש "תחת כפות רגלי צדיקים", אינטער די פיס פון די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כא): "ועסותם רשעים כי יהיו אפר תחת כפות רגליכם", די אש וועט גיין אונטער די פיס פון די צדיקים; האט דער צדיק זיך זייער מחי' געווען, אז כאטשיג וועט די אש פון זיין קערפער זיין אין גן עדן אונטער די פיס פון צדיקים, דער צדיק האט געזאגט: "נישט - וועט שוין נישט זיין פון מיר", עפעס וועט יא איבערבלייבן.


דער רבי האט דאס דערציילט פאר רבי נתן אים צו לערנען אז אפילו די גרויסע צדיקים זענען ביי זיך אויך זייער צעבראכן און זיי דארפן זיך זייער מחזק זיין, און זיך זייער שטארקן, און רבי נתן פירט אויס (שם): "וְהַנִּרְאֶה מִדְּבָרָיו", ווי עס זעט מיר אויס, "שֶׁכַּמָּה וְכַמָּה פְּעָמִים הֶחֱיָה עַצְמוֹ בָּזֶה", אז דער הייליגער רבי האט זיך אליין מחזק געווען מיט דעם, "וְנִתְרַצָּה גַּם לָזֶה", און ער איז געווען גרייט אפילו אויף דעם, "שֶׁאֲפִילּוּ אִם חַס וְשָׁלוֹם יִהְיֶה כָּךְ", אז אפילו עס וועט גארנישט בלייבן פון אים, "הוּא מְרֻצֶּה לַעֲסֹק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בַּמֶּה שֶׁיּוּכַל", איז ער ווייטער גרייט צו בלייבן דינען דעם אייבערשטן מיט וואס ער וועט נאר קענען, "לַחֲטֹף כָּל יְמֵי חַיָּיו", אריינכאפן גוטע זאכן ווי לאנג ער לעבט, "וַה' הַטּוֹב יַעֲשֶׂה עִמּוֹ מַה שֶּׁיַּעֲשֶׂה כִּרְצוֹנוֹ הַטּוֹב", און אז דער אייבערשטער וועט וועלן מאכן מיט אים וואס ער וועט וועלן - איז ער גרייט; ווייל נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו בלייבן שטארק אין עבודת השם, אויב מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די ווילן פונעם אייבערשטן.


אין אנהויב ביים אנקומען צום ציון אין ליזענסק בין איך געווען פארהאקט און פארמאכט, איך האב קוים געקענט עפענען מיין מויל ארויס זאגן א ווארט, איך האב געבעטן איין זאך: "באשעפער מאך מיך פרייליך, באשעפער מאך מיך פרייליך", ביז בחמלת השם אינמיטן דאווענען איז געווארן אזוי ליכטיג, איך בין געווארן זייער פרייליך.


די סעודות האבן מיר געגעסן באזונדער, די עסן איז געווען מיט די הכשר פון כדתיא, עס איז געווען זייער שיין צוגעשטעלט, מיר האבן נישט געמאכט קיין לאנגע סעודה, מיר זענען געווען אפגעמאטערט פון די וועג.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען אין מקוה און געלערנט מיינע שיעורים פאר אפאר שעה, אויך די אנדערע חברים האבן געלערנט יעדער איינער די שיעורים כסדרן; חומש, משניות, גמרא, תיקנים וכו', עס איז אזוי שיין צו זען ווי יעדער איינער פון אנשי שלומינו האט זיך א זעקל ספרים, יעדער איינער איז זיך מחי' מיט זיינע אוצרות. מיר האבן געדאווענט אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען, מיר האבן געהאט אונזער ספר תורה, די ערשטע ספר תורה וואס איך האב געקויפט פאר די קהילה פאר פופצן יאר צוריק.


שבת נאכמיטאג האב איך געווארט ביז מען וועט עפענען די ציון, דער גבאי אין ליזענסק פארשפארט יעדן שבת פון פארטאגס ביז פינף אזייגער דעם בית החיים, ווייל עס קומען צו פארן טוריסטן, אידישע אפשטאמיגע צום בית החיים, און עס איז חילול שבת, דעריבער פארמאכט ער דעם בית החיים. איך האב געלערנט ביים פענסטער פון מיין שטוב און געקוקט יעדע פאר מינוט ווען דער גבאי וועט עפענען דעם בית החיים, און ווען איך האב אים געזען עפענען די בית החיים בין איך נאכאמאל אריבער צום ציון הקדוש, איך האב מתפלל געווען, געזאגט תהילים און זיך אביסל מתבודד געווען.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין די דירה, געגעסן שלש סעודות, געדאווענט מעריב און געמאכט הבדלה. מוצאי שבת זענען מיר ארויסגעפארן די לאנגע נסיעה מיט א באס פאר לאנגע לאנגע שעות, די נסיעה איז געווען א שווערע נסיעה, ביים גרעניץ האט מען אונז אויפגעהאלטן פאר צוויי שעה, מיר האבן זיך געוואשן צו מלוה מלכה און געזינגן זמירות.


מיר האבן זייער געוואלט אנקומען אין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו נאך פארן עלות השחר זאגן סליחות, און ווען מיר האבן געזען אז מיר וועלן אנקומען נאכן עלות - האבן מיר געזאגט סליחות אויפן באס, איך האב געהאט א שטארקע התעוררות ביי סליחות, ווי מיר בעטן זיך ביים אייבערשטן זאל אונז געבן א גוט יאר און אונז נישט משפט'ן לויט אונזערע מעשים.


א האזינו


מיר זענען אנגעקומען אין מעזיבוז אביסל פארן נץ החמה, מיר האבן זיך גלייך געשטעלט דאווענען שחרית, א טייל פון אונזער חבורה זענען קודם געגאנגען אין מקוה, איך בין גלייך געגאנגען דאווענען ותיקין, נאכן דאווענען האב איך מעביר סדרה געווען, נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. עס איז געווען דארט אסאך מענטשן, איינער האט דארט אנגעצינדן הויך אויף זיין טעלעפאן שיינע ווארעמע הארציגע מוזיק, די הארציגע ווארעמע ניגון וואס מען פירט די צדיקים אין 'גן עדן', עס איז דא א יש אומרים אז דער הייליגער בעל שם טוב האט געמאכט דעם ניגון, די ניגון האט מיר צעריסן דאס הארץ, איך האב זיך געקענט גוט אויסוויינען ביים צדיק, מאכן וידוי דברים, און בעטן פאר מיר און פאר אידישע קינדער.


אן א שיעור בחורים זענען צוגעקומען אין מעזיבוז זיך באדאנקען פאר די שיעורים און ספרים וואס געבט זיי חיות און לעבן, אויך איז א בחור צוגעקומען צו מיר פרעגן אן עצה וואס צו טון, ער פלעגט זיך מחי' זיין מיטן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), ער האט געהערט די שיעורים און זיך גענומען לערנען משניות פאר א לאנגע צייט, ער האט געשפירט אזא זיסקייט אין לעבן, און במשך די גאנצע צייט איז ער געווען ריין פון עבירות, ביז זיין ראש ישיבה האט אים געגעבן צו פארשטיין אז די זקנים אין ברסלב זאגן אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך, און זאגן משניות, זאגן גמרא - איז נאר פאר שוואכע, עס איז נאר א בדיעבד, "ביז איך האב אפגעלאזט דעם דרך הלימוד און יעצט איז מיר אלעס פארלאשן, איך פאל און פאל..." איך האב אים געזאגט: "גיי צוריק צו דיין משפיע און זאג אים 'שכוח פארן מיר אפשניידן מיין חיות, שכוח פארן מיר צונעמען מיין לעבן'".


איך בין געווארן זייער צעקאכט הערנדיג דאס, איך האב זיך פארגענומען דארט אז איך וועל מער רעדן קעגן די לצים, די זקנים. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט רעדן קעגן די לצים - וועט דיין ארבעט זיין אומזיסט, דו וועסט רעדן הונדערט דרשות פון דרך הלימוד, און עס וועט קומען איין לץ, איין פארעך און געבן איין מאך מיט די האנט א תנועה פון ביטול, און געבן א לאך, און די תלמידים וועלן אלעס אפלאזן".


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ברסלב צום הייליגן רבי נתן, דארט האב איך זיך אויך געקענט גוט אויסוויינען. איך האב געבעטן דארט אז איך וויל זוכה זיין צו זען נאר גוטס ביי יעדן איינעם, נישט זען גארנישט קיין שלעכטס. איך האב געזאגט פאר רבי נתן: "דו האסט אונז אנטפלעקט די סוד אז אויב מען זעט עפעס שלעכטס ביי אנדערע איז דאס די אייגענע חסרון, אז מען זעט שלעכטס איז א סימן אז מען האט נישט געהאט קיין התבודדות, אדער ווייניג התבודדות", אויך האב איך געבעטן רבי נתן זאל זיין פאר מיר א מליץ יושר, ווייל רבי נתן האט געזאגט אז ער וויל ליגן ביים טיר פון בית החיים, אז אלע נפטרים וואס מען וועט ברענגען צום בית החיים זאל מען אריבער פירן זיין קבר און ער וועט זיי דן זיין לכף זכות און זיין א מילץ יושר פאר זיי, האב איך געבעטן דארט: "זיי פאר מיר אויך א מליץ יושר, און פאר אלע אידן".


ביי רבי נתן איז גאר אנדערש, ווייל רבי נתן האט געהאט א הארץ פאר יעדן איד, ער האט געזאגט: "איך קען מלמד זכות זיין אויף יעדן איד", רבי נתן האט פארשטאנען אלעמען און געהאט א הארץ פאר אלעמען, דארט ביי זיין ציון ווען מען מאכט השתטחות קען מען זיך גוט אויסבעטן און אויסוויינען.


ווען מיר זענען אנגעקומען אין אומאן האט מען אונז געהייסן אויספאקן אלע פעקלעך, דער עולם איז שוין געווען אזוי אויסגעמאטערט, מען האט זיך אין אנהויב אנגעהויבן קריגן מיט די פאליציי אז מיר גייען נישט אראפנעמען די פעקלעך, אבער נאך א שטיק צייט האט מען געזען אז עס איז נישטא קיין ברירה און אויסגעמוטשעטערהייט האט יעדער אראפגעשלעפט די זעק און פעק און אריבער די מאשינען זיך בודק זיין און מען איז אריבער, און מיט שמחה איז מען אנגעקומען, מען האט געזינגען: "אומאן אומאן ראש השנה, אשרינו מה טוב חלקינו".


נאכן פארן לאנגע שעות האבן זיך אלע אינגעלייט גענומען צו די ארבעט מיט אזא געטריישאפט; מן הבוקר עד הערב, אין א הייסע קאך, ווערנדיג אנגעגאסן און אנגעשמירט מיט די עסן, אן ווערן באצאלט, נאר מיט איין כוונה 'העלפן אנגרייטן די בנין פאר די הונדערטער אידן וואס קומען צום רבי'ן, צוריק טון פאר די קהילה וואס האט געגעבן לעבן'.


ישראל פוקס האט אונז אפגעווארט מיט פיינע עסן, מיט א גוטע פרישטאג און מיט א גוטע נאכטמאל, ער האט אונז זייער געהאלפן מיט די הכשר, ער איז געווען אונזער משגיח אין קאך.


ב האזינו


מאנטאג אינדערפרי בין איך געפארן מיט העניך צום באנק ערלעדיגן פאפירן אז דער בנין אין אומאן זאל זיין לעגאל, איך האב מיט גענומען א קליינע ספר תיקונים, און במשך וואס מען האט דארט געדארפט ווארטן האב איך אריינגעכאפט אסאך בלעטער תיקונים, איך האב זיך מחי' געווען מיטן סדר דרך הלימוד. איך האב געטראכט 'וויי פאר די וואס ווייסן נישט פונעם סדר דרך הלימוד, וואס טוען זיי ווען מען דארף זיצן שעות אין אפיס און ווארטן וכו' וכו'? אזויפיל טייערע צייט ווערט פארברענט, און ווען מען ווייסט פון רבינ'ס דרך הלימוד, פון רבינ'ס וועג, לערנען אפילו אן פארשטיין, אפילו נאר זאגן די ווערטער - קען מען אזויפיל אריינכאפן, אזויפיל זיך איינקויפן גוטס בזה העולם'.


אויפן וועג צוריק פון באנק בין איך געגאנגען צום ציון, מען האט נישט אריינגעלאזט נאר ווער עס צאלט שטייער, איך האב געצאלט די פערציג דאלער און אריין צום ציון מיט אזא שמחה. אלע יארן ווען איך קום צום רבינ'ס ציון הויב איך אן גלייך זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, אבער וואס געשעט, נאך צוויי דריי קאפיטלעך עפנט זיך אויף מיין הארץ און איך הויב אן רעדן, זיך מתוודה זיין און זיך גוט אויסוויינען, און נאכדעם דארף איך נאכאמאל אנהויבן זאגן די תיקון הכללי. די יאר האב איך געטראכט אז איך הויב בכלל נישט אן זאגן די תיקון הכללי, ערשט וועל איך נעמען שלום ביים רבי'ן און דערציילן אלעס וואס ליגט אויפן הארץ און זיך מתוודה זיין, און נאכדעם וועל איך זאגן די צען קאפיטלעך תהילים.


איך האב זיך אויסגעוויינט און אויסגעשמועסט אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארץ, איך האב געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות, און נאכדעם האב איך זוכה געווען צו קומען נאנט צום קבר און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהילים מיט די תפילה פון רבי נתן, אויך האב איך געזאגט דעם יום תהילים.


איך האב אהיים שפאצירט און זיך ווייטער מתבודד געווען, עס איז דאך אזוי מחי'דיג ווען מען קען גיין א שפאציר און רעדן צום אייבערשטן, דאס איז דאך די ברכה וואס דער אייבערשטער געבט (רש"י ויקרא כו, יב): "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן", איך וועל שפאצירן מיט ענק אין גן עדן, דאס איז ווען מען שפאצירט און מען איז זיך מתבודד; דאס איז טעם עולם הבא, טעם גן עדן, דאס איז וואס די צדיקים זענען זוכה אין גן עדן, ונהנים מזיו השכינה.


ג האזינו


דינסטאג פארטאגס זענען שוין אנגעקומען רוב עולם, מען האט זיך אזוי געפרייט איינער צום צווייטן, די שמחות איז געווען אין לשער. איך בין צוריק געפארן נאכאמאל צום באנק ערלעדיגן אז דער בנין זאל זיין לעגאל, זיי האבן געדארפט נאך פאפירן, און ברוך ה' מען האט עס געקענט ערלעדיגן.


אויפן וועג אהיים פון באנק האב איך געבעטן דעם דרייווער ער זאל מיך אראפלייגן ביים גאס שלום עליכם, איך בין צוגעגאנגען צום ציון זיך נאכאמאל מתוודה געווען, נאכאמאל אריינגעכאפט א תיקון הכללי, מיט התבודדות, מיט דעם יום תהילים. אויך האב איך זיך פארגעקוקט צוויי בלאט גמרא, און צוריק שפאצירט צום בנין.


אויפן וועג אהיים האב איך געטראכט 'וואס טו איך אויב ווילדע הינט וועלן קומען?' איך האב זיך גלייך דערמאנט פון רבינ'ס ווערטער, דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן י): "כְּשֶׁתִּשָּׂא אֶצְלְךָ אֲבָנִים הַנִּמְצָאִים עַל פְּנֵי הַשָּׂדֶה", אז דו וועסט מיט נעמען שטיינדלעך פון פעלד, "תִּנָּצֵל מֵחַיּוֹת רָעוֹת", וועסטו ווערן געראטעוועט פון די ווילדע חיות; איך האב אויפגעהויבן אפאר קליינע שטיינדלעך, און אזוי איז טאקע געווען, עס זענען געקומען צו לויפן ווילדע הינט, האב איך געווארפן פון די שטיינער אויף זיי, זענען זיי אלע אנטלאפן; שפעטער איז געקומען א יונגער שגץ און געווארפן אין מיין ריכטונג א שטיין, ברוך השם עס איז נישט געפאלן אויף מיר.


פאר מנחה מעריב האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און אביסל געשמועסט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבי'ן ראש השנה, און ווי אזוי מען זאל אויסניצן די טעג אין אומאן און נישט ווארטן אויף געפילן וכו', נאר טון בתמימות ופשיטות.


מיר האבן געהאט א וַואך נאכט, דער מדפיס, און גבאי פון ירושלים שמעון עוזר נרו יאיר האט געהאט א קינד און ער איז געקומען צו פארן צום רבי'ן, ער האט געמאכט א שליח הגאון רבי משה בראנדסרפער שליט"א זאל מאכן דעם ברית. פאר מענטשן איז דאס א מאדנע זאך אז מען פארט אוועק פון א ברית פון א קינד, מען מאכט א שליח, אבער אז מען טראכט אריין, אלע וואס נעמען א מוהל און מאכן נישט אליין די מילה, מאכן זיי א שליח דעם מוהל, און אז מען דארף זיך אליין מל'ען, אזוי ווי עס שטייט (דברים י, טז): "וּמַלְתֶּם אֵת עָרְלַת לְבַבְכֶם", איז דאך "הוא קודם".


ליל זכור ברית


ביי חצות הלילה האבן מיר געזאגט סליחות. אברהם הערש דער גבאי פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי האט פארגעזאגט סליחות, ער דאווענט זיס און ווארעם, נאך סליחות האבן מיר געמאכט פדיון נפש.


איך וויל אנדערש מאכן פון די קומענדיגע יאר שנת תשפ"ו הבא עלינו לטובה, מען זאל זאגן סליחות ערב ראש השנה פארטאגס, נישט ביי חצות, מכמה טעמים. קומענדיגע יאר ווען די עלות השחר אין אומאן וועט זיין האלב זעקס - וועלן מיר זאגן סליחות האלב פינף, און נאכדעם דאווענען שחרית ותיקין, און נאכדעם מאכן פדיון נפש.


ערב ראש השנה


נאך שחרית האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און עס איז ווייטער געווען פדיון נפש. אזוי זאגט דאך דער רבי (שיחות הר"ן, סימן ריד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון.


עס איז געווען חדר פאר אלע קינדער, די געטרייע מלמדים האבן געדאווענט און געלערנט מיט די קינדער און זיי גענומען צום ציון, איך האב גערעדט צו די קינדער אפאר ווערטער איידער זיי זענען געגאנגען צום ציון, איך האב זיי דערציילט ווען דער רבי איז געווען אין אומאן האט ער געהערט ווי מען שרייט אויפן בית החיים ביי די קברים פון די עלטערן וכו', איינמאל האט דער רבי געהערט ווי א פרוי שרייט ביי דעם קבר פון איר טאטע, זי האט געשריגן: "טאטע! טאטע!" מיט א וויינעדיגע קול, האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, ווייל איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט ווייטער געזאגט: "פינקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיך זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


ראש השנה


די לעצטע תפילה פונעם פארגאנגענעם יאר, תפילת מנחה - בין איך געווען דער בעל תפילה, און צו מערב איז אברהם הערש צוגעגאנגען. ער האט זייער הארציג געדאווענט, אויך די תפילה פון 'אחות קטנה' האט ער געזאגט מיטן נוסח ווי מען פלעגט זאגן ביי מוהרא"ש, זייער א הארציגע נוסח, עס האט מיר אזוי צעריסן דאס הארץ, איך האב קוים געקענט זאגן די ווערטער פון זיך שטיקן מיט געוויין.


נאכן דאווענען האבן מיר זיך געווינטשן לשנה טובה מיט אזא ליבשאפט, מיט די גאנצע הארץ. מען האט געזען וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; דאס קען מען זען ראש השנה ביים קיבוץ, די ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו, יעדער מיט אזא ליבשאפט צום צווייטן.


מען האט נישט געמאכט קיין לאנגע סעדות, מען איז געגאנגען שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין פארטאגס. ביידע טעג ראש השנה זענען מיר אויפגעשטאנען פיר דרייסיג, געלאפן אין מקוה און געלערנט שיעורים כסדרן, נאכדעם האבן מיר געלערנט א בלאט גמרא אינאיינעם, און אום זעקס אזייגער זענען מיר געגאנגען צום ציון, אפאר הונדערט אידן איינאיינעם, געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען.


די תפילות זענען געווען זייער הארציג, זייער שיין. ביי תקיעת שופר האבן מיר גערעדט אז מען זאל זיך נישט האלטן קליין און טראכטן 'וואס וועט שוין אויסמאכן מיינע תפילות? וואס וועט שוין אויפטון מיינע ווערטער?' ענדערש זאל מען זיך האלטן קליין ווען עס קומט צו בויען א הויז, דארט זאל מען טראכטן 'וואס מען איך דען ווערד צו בויען אזוי שיין? מאכן אלע מאדערנע זאכן, וואס פעלט עס אויס? איך בין דאך אן איש פשוט, איך ווייס גארנישט, איך בין דען ווערד?' און אויך ווען מען קויפט א קאר און מען קען קויפן א קאר פאר דרייסיג טויזנט אדער זעכציג זיבעציג טויזנט, און דער מוכר רעדט איין מען זאל נעמען די טייערע און באצאלן צוביסליך פאר זעקס זיבן יאר, דעמאלט זאל מען טראכטן 'בין איך דען ווערד? איך בין דאך א חוטא ופושע', נישט ווען עס קומט צו דאווענען און צו בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר כלל ישראל, דארט טאר מען נישט זיין קיין עניו.


עס איז געווען א גרויסע התעוררות ביי תקיעת שופר, מען האט געשפירט ווי אלע אנשי שלומינו טוען תשובה, אלע זענען זיך מקבל צו זיין גוט. אויך האב מיר דערמאנט מען זאל ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ.


תשליך זענען מיר געגאנגען אינאיינעם א וועג פון צוואנציג מינוט, מען האט געטאנצן נאך תשליך "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", די שמחה איז געווען זייער גרויס.


מנחה האט אברהם הערש געדאווענט, און צווישן מנחה מעריב האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען", און (שם, סימן תצא): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה הוּא בְּוַדַּאי אֵין צָרִיךְ לְהִתְעַנּוֹת כְּלָל", ווער עס האט זוכה געווען צו זיין ביי מיר ראש השנה דארף נישט פאסטן מער, "מֵאַחַר שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל ער איז געווען ביי מיר ראש השנה.


מיר האבן געדערט פון טון וואס דער רבי וויל, פון זיך מתבודד זיין יעדן טאג אפילו פאר אפאר מינוט, ווייל נאר דאס קען העלפן; אנשטאט גיין צו דעם און צו יענעם - זאל מען זיך ווענדן צום אייבערשטן, זיך אויסשמועסן דאס הארץ אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי דער יצר הרע לאזט נישט אפ, און ווארפט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, און נאר דורך התבודדות, נאר דורך שרייען צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך: "טאטע העלף מיר, טאטע ראטעווע מיר" - קען מען זיך אויפהייבן און נישט אפלאזן.


מערבית האט אברהם הערש געדאווענט.


צווייטע טאג ראש השנה


אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען פארקילט, איך האב נישט געהאט קיין קול, איך האב געזאגט פאר אברהם הערש דער גבאי אין שטעטל ער זאל זיך גרייטן צו דאווענען, אבער אנשי שלומינו האבן דאס געהערט האבן זיי געבעטן דעם אייבערשטן, און וואונדער האט פאסירט, אינמיטן פסוקי דזמרא פרעגט מיר אברהם הערש וואס איז געבליבן, זאג איך אים: "איך מיין א נס האט פאסירט, די קול איז צוריק געקומען".


די יאר האט מען צוגעלייגט אסאך זאכן אינעם בנין, מער באקוועם געמאכט. העניך נרו יאיר האט זייער שווער געארבעט אז אלעס זאל זיין גוט און באקוועם, מען האט געענדיגט די מקוה, און מען האט געענדיגט נאך א שטאק.


אויך האט מען געבויט א גרויסע שאטער וואו צו עסן, עס האט צוגעגעבן הרחבת הדעת. די גבאים פון די רענט קאמפיין האבן דאס צוגעשטעלט, זיי גייען צאמנעמען פון אנשי שלומינו די געלט פאר דעם.


מנחה האט געדאווענט הרב רבי דניאל בוים שליט"א, ער איז געקומען מיט א חבורה תלמידים צו הערן די שיעור. ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און אז מיר זענען געקומען צום רבי'ן דארף מען טון וואס דער רבי לערנט אונז; צו זיין פרייליך אז מיר זענען אידן און מיט די מצוות. עס זענען געקומען מיט רבי דניאל מענטשן וואס האבן נישט פארשטאנען אידיש, האב איך אביסל גערעדט אין לשון הקודש.


שבת שובה


קבלת שבת האט געדאווענט מרדכי היימליך, ביי באו בשלום האט מען געטאנצן און געפאטשט מיט א שטארקע שמחה. די סעודות זענען געווען זייער געשמאק, די עסן האט געהאט אלע טעמים.


די יאר האט מען צעטיילט די ארבעט, מען האט אראפגענומען ארבעט פון העניך מיט יחזקאל סאמעט, זיי צוויי זענען מער ווייניגער ממונה איבער אלעם, און אונטער זיי זענען אריינגעקומען א גאנצע שטאב געטרייע אינגעלייט, אהרן שלמה שווארץ מיט יודי פריינד, מיט נאך אינגעלייט און בחורים, זיי האבן אויסגעטיילט די עסן.


לייבי ליבערמאן האט צוגעשטעט די קאווע, נח הערש מיט נאך חברים האבן אפגערוימט די סעודות, יואל משה האט גערייניגט פארנט פונעם בנין, אפרים שמעון האט מסדר געווען די מקוה, און צוויי חשוב'ע בחורים מלמדים, מרדכי איידליס און שלום אלי' פעלבערבוים האבן גערייניגט די אריינגאנג צום בית המדרש. אברמי פיש מיט נאך אפאר געטרייע אינגעלייט און בחורים האבן גערייניגט און צוגעגרייט די בית המדרש. נחמן נתן קרויס האט פארקויפט די זיצן, און שלמה יאקאבאוויטש מיט אברהם אליהו פרידריך האבן געקאכט אין איין קאך די פליישיגע עסן, און מען האט געבויט די יאר נאך א קאך פאר די פארעווע עסן, דארט האבן געקאכט מושי איינהארן מיט לייבי אפפעל און נאך בחורים און חתנים. נישטא אינעם בנין קיין איין באצאלטע ארבעטער, אלעס ארבעט פארן רבי'ן מיט די גאנצע הארץ. אויך די בעל תפילה און בעל תוקע דאווענען און בלאזן נאר צו באצאלן פארן רבי'ן פארן געבן אזעלכע עצות, שכל און חיזוק פארן לעבן.


נאך די סעודה האבן מיר געזינגען זמירות שבת אינעם נייעם שאטער, לכתחילה האט געהייסן עס וועט זיין א באטע מיט א דרשה, אבער איך האב נישט געהאט קיין קול, זענען מיר געבליבן זינגען אלע זמירות ביי די סעודה.


אויך איז פארגעקומען א שלום זכור ביי האברך הלל ווייס, ער מיט זיין טאטע און שווער, אלע זענען געקומען קיין אומאן, און ער האט געשטעלט א שליח אונזער מוהל רבי אהרן פון מאנרא צו מאכן די ברית.


שבת אינדערפרי


איך האב נישט געהאט קיין כח צו גיין צום ציון, איך בין געווען שטארק פארקילט, איך האב געטרינקען טיי מיט האניג. צוביסליך האב איך געקענט רעדן מיטן קול, איך האב געקענט פארלערנען דעם בלאט גמרא. נאכן פארלערנען האבן בחורים און אינגעלייט געמאכט זייערע סיומים, מען האט אויסגעלייגט די מתנות וואס אנשי שלומינו ברענגען צום רבי'ן, אויך קינדער האבן מסיים געווען.


שחרית האט געדאווענט דער מגיד שיעור פון ירושלים משה שמואל, מוסף האט געדאווענט איינער פון די נייע גבאים פון אונזער מאנסי שול. מיר האבן אויפגענומען נייע גבאים, ווייל אלע גבאים פון מאנסי האבן זיך אוועקגעצויגן קיין שטעטל, קיין ליבערטי.


נאכן דאווענען האבן מיר פארגעלערנט סיפורי מעשיות, די מעשה פונעם חכם און תם און מחזק געווען די אינגעלייט אויף שלום בית; מען זאל נישט לעבן מיט קיין חומרות, און מען זאל געבן גוטע ווערטער, און נישט מיינען אז אויב מען איז ארויס פון שטוב איז מען מער חשוב.


נאך די סעודה בין איך געגאנגען צום ציון מיט מיינע קינדער, מיר האבן געזאגט די תיקון הכללי, אויך האב איך געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען, און זיך געזעגנט מיטן רבי'ן מיט גרויס בענקעניש.


אויפן וועג צום ציון און אויף צוריק איז געווען שיינע שיחות מיט אנשי שלומינו, פאריאר האט דער גבאי פון בני ברק, דער וואס שרייבט אפ די וועכנטליכע ליל שישי שיעורים - אפגעשריבן אלע שיינע שמועסן פון די וועג וואס מיר שפאצירן צום און פון ציון, איך האף די יאר וועט ער דאס אויך אפשרייבן.


שלש סעודות


מנחה האט געדאווענט דער גבאי פון בני ברק יואל לעווי נרו יאיר. שלש סעודות האבן מיר גערעדט פונעם זיסן דרך הלימוד, עס זענען ארויפגעקומען קינדער און בחורים וואס האבן מסיים געווען - איינער ש"ס, א צווייטער חצי ש"ס, א דריטער משניות, און אזוי ווייטער.


מיר האבן גערעדט איבער די סכנה פון רעדן מיט פרומע לצים, די וואס זעען אויס עובד'יש, די וואס רעדן בשם זקנים, אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך. איך האב זיך געבעטן ביי אנשי שלומינו: "זייט נישט קיין אויבער חכמים, רעדט נישט מיט קיין לצים, עס זאל ענק נישט אינטערעסירן וואס די זקנים זאגן, דא ביי אונזער מנין, ביי אונזער בנין, זענען געווען פאריאר אינגעלייט וואס האבן געלעבט מיט די עצות, שכל און התחזקות פון רבי'ן, און די יאר זעט מען זיי נישט צוליב וואס זיי האבן יא געדערט מיט פרומע לצים".


דיר בעט איך אויך, פריש זיך אויף און דריי זיך נאר מיט תלמידי היכל הקודש וואס האבן תמימות, נעם זיך חברים וואס האבן תמימות, וואס די שיחות פון רבי'ן איז זיי אינטערעסאנט, וואס די ווערטער פון מוהרא"ש לעבט זיי אויף, חברים וואס דערציילן מעשיות פון תפילה, חברים וואס לערנען יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, הלכה, תהילים, דעם רבינ'ס ספרים, ועוד ועוד, חברים וואס לערנען אשר בנחל, וואס האבן חיות פון אשר בנחל, און דיין ווייב זאלסטו מכבד זיין, אבער נישט מורא האבן, און ווייטער מאכן חבורות ביי דיר אין שטוב פון אנשי שלומינו, און מאך דיין ווייב פאר א חסידות'טע, ווייל עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן: "איך וויל ענק זאלן מאכן ענקערע ווייבער חסידות'טעס"; ווייל אויב די ווייב ווערט צוגעצויגן צום רבינ'ס דיבורים קען מען אסאך פארדינען.


מוצאי שבת גלייך נאך הבדלה האב איך זיך געוואשן מלוה מלכה און זיך איינגעפאקט, און מיר זענען געפארן צום באן. די יאר זענען מיר געפארן מיטן באן פון אומאן גלייך קיין פוילן, קיין פשעמישל. די באן האט געהאט בעטן, מען האט זיך געקענט אראפלייגן און זיך אויסרוען. די וועג איז פאר מיר געווען די גרינגסטע וועג, גרינגער ווי פארן מיט א באס, מיט א קאר; ווייל ווי באקוועם קען זיין דאס פארן איבער צען שעה זיצנדיג? זאל זיין די קאר, די ווען - מיט באקוועמע זיצן, איז דאס גוט פאר צוויי דריי שעה, אבער אז מען פארט צען צוועלף שעה - איז די גרינגסטע אז מען קען זיך אראפלייגן.


איך האב געבעטן די צוויי אינגעלייט אלי' און משולם, וואס שטעלן צו די וועג פאר אנשי שלומינו אלע יארן צו פארן צום רבי'ן, אז אויב קומענדיגע יאר וועט נאכאלץ זיין פארמאכט קיעוו, מען וועט זיך נאך דארפן אריינשלעפן קיין אומאן פון אן אנדערע מדינה - זאלן זיי נאכאמאל מאכן די באן מיט די בעטן, ווייל איך בין שוין געפארן מיט אלע וועגן, און דאס איז די גרינגסטע און געשמאקסטע וועג; אז מען קען זיך אראפלייגן, די ביינער ווערן נישט אזוי צעבראכן.


אויפן וועג אהיים האב איך געפרעגט א אינגערמאן וואו ער גייט שלאפן און עסן ווען ער קומט אהיים, קוקט ער מיך אן מיט אפענע אויגן 'וואס איז די פראגע? אודאי אין שטוב', פרעג איך אים: "פאריאר ווען דו ביסט אהיים געקומען האט דיין ווייב דיך נישט אפגעווארט מיט א ווארעמע טעלער זופ, פארוואס גייסטו צוריק אהיים?" זאגט ער: "וואס הייסט, איך גיי אהיים צו מיין היים"; זאג איך אים: "דאס איז די סיבה פארוואס איך שטיי איין אין בנין היכל הקודש אין אומאן, ווייל דאס איז מיין היים, און אויב די עסן איז נישט ווי איך וויל - איז דאס ווייטער מיין היים, און אז די בעט איז נישט ווי איך וויל - איז דאס ווייטער מיין היים"; 'היכל הקודש' איז מיין היים, און איך בעט דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער, מיינע דורות, זאלן אויך אזוי שפירן, אז היכל הקודש איז זייער היים.


אן א שיעור מענטשן זענען געקומען זיך באדאנקען פאר די חיזוק פון די שיעורים, גליונות און ספרים. אין עירפארט האט מיר א איד א מגיד שיעור א תלמיד חכם דערציילט, אז זיין זון איז אין א חבורה אין א כולל אין סאטמער, וואס דער ראש הכולל א גרויסער תלמיד חכם - האט אים געזאגט פאר זיין חתונה אז ער מוז לערנען די קונטרסים פון דער ראש ישיבה אויף שלום בית, און נאך אפאר וואכן האט ער אים געפרעגט אויב ער האט דאס שוין געלערנט און ווען ער האט געזאגט ניין, האט דער ראש הכולל ארויסגענומען פון בוזעם טאש א קונטרס "מכבד זיין די ווייב", און אים געזאגט: "דו זאלסט דאס לערנען, וועסטו האבן אמת'ע שלום בית", דאס איז א ראש הכולל פון די גרעסטע כוללים פון סאטמער.


צום גדלי'


זונטאג צום גדלי' אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויפן באן, אום איינס אזייגער זענען מיר אנגעקומען קיין פשעמישל און פון דארט געפארן קיין ליזענסק, און אום צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען אין ליזענסק. איך בין גלייך געלאפן צום ציון, איך האב געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען.


דריי אזייגער זענען מיר געפארן צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מנחה אין עירפארט און געליינט אין די תורה ויחל.


אויפן פליגער איז צוגעקומען א מנהל פון א שיינע גרויסע חדר אין מאנסי און זאגט מיר: "ווען איך וויל וויסן ווער אויפן פליגער איז פון היכל הקודש און ווער נישט האב איך צוויי סימנים, ווען איך הער איינעם זאגן 'שכוח אייבערשטער' - איז דאס מיין סימן אז דער איז היכל הקודש, און ווען איך זע איינעם מיט א ספר אין האנט און מישט דפים - איז דאס מיין סימן אז דער איז אין היכל הקודש".


אויפן וועג אהיים אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן רבי יונה דער דיין, מיר האבן געשמועסט כמעט די גאנצע וועג, אכט ניין שעה - וויכטיגע זאכן ווי אזוי צו העלפן אנשי שלומינו.


חסדי השם מיר זענען אנגעקומען נעכטן נאכט צען אזייגער געזונטערהייט מיט די קינדער און מיט די פעקלעך און מיט אלע תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן.


די יאר וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין יום הקדוש און סוכות אין שטעטל. זונטאג חול המועד וועלן מיר מאכן א סעודה לכבוד דעם רבינ'ס הילולא אינאיינעם מיט א הכנסת ספר תורה, און אסרו חג סוכות, מוצאי שבת - פאר איך צוריק קיין וויליאמסבורג אנהויבן א פרישע זמן מיט די ישיבה, די אכצנטע יאר ישיבה, ווייטער טון די צוואה פון רבי'ן: "איר זאלט אנטרינקען ביימער".


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#64 - מזכיר זיין די נעמען ביים ציון פון רבי מאיר בעל הנס
צדקה, סגולות, קברי צדיקים, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טברי'


איך דאנק דיר פארן גיין יעדע וואך ערב שבת צום קבר פון התנא אלוקי רבי מאיר בעל הנס זאגן שיר השירים פאר די וואס העלפן אונזער מוסד היכל הקודש בארץ הקודש, נאכן זאגן שיר השירים זאלסטו זאגן אלע נעמען פון וואס דער גבאי ר' אהרן שיקט דיר, און בעט דארט ביים תנא זיי זאלן געהאלפן ווערן מיט וואס זיי דארפן.


אויך זאלסטו גיין יעדן ערב ראש חודש מתפלל זיין פאר אלע תורמים, זאג די תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען און זיי מזכיר די נעמען און בעט פאר זייער הצלחה.


אויך זאלסטו אנצינדן א ליכט מיט שמן זית ביים ציון, און אז די גבאים דארט בעטן געלט - זאלסטו זיי באצאלן און זאלסט מזכיר זיין די נעמען וואס אונזער שד"ר געבט דיר, ווייל דאס איז אן אמת'ע סגולה, מען זעט גרויסע ניסים און גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#63 - חודש אלול איז א צייט פון שלום בית
שלום בית, קברי צדיקים, תשובה, בזיונות, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דיין ווייב האט דיר עפעס אריינגעזאגט - זאלסטו איר נישט טשעפען און נישט צוריק זאגן, זיי מקיים וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "ישמע בזיונו ידום וישתוק", אז מען באקומט א בזיון זאל מען שווייגן און נישט ענטפערן, דאס איז תשובה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נג.): "אַשְׁרֵי מִי שֶׁלֹּא חָטָא" וואויל איז דעם וואס זינדיגט נישט, "וּמִי שֶׁחָטָא" און ווער עס האט יא געזינדיגט – "יָשׁוּב וְיִמְחוֹל לוֹ" זאל תשובה טון און דער אייבערשטער וועט אים מוחל זיין, מוהרא"ש זאגט, י'ש'ו'ב' איז די ראשי תיבות י'שמע ב'זיונו י'דום ו'ישתוק, שווייגן און נישט ענטפערן ווען מען באקומט א בזיון, דאס איז תשובה.


מיר זענען אריין אין חודש אלול, יעצט איז א צייט פון שלום בית; אז מען טוט תשובה, מען איז זיך מתוודה און מען לאזט אפ די נישט גוטע מעשים - איז מען זוכה צוריק צו באקומען די שלום בית. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית" חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית - פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלֹא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'. זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך; זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט אים באפוילן צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק אבינו, ער האט אים געזאגט (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז אלול, און אינמיטן שטייט די ווערטער: "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך; ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון דעם רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


איך בין נעכטן געווען ביים אהל, איך האב זיך דארט גוט מתבודד געווען, עס איז אזוי גוט צו גיין מפעם לפעם צו קברי צדיקים מתפלל זיין, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַךְ", ווען מען גייט מתפלל זיין ביי קברי צדיקים העלפט דער אייבערשטער, אפילו דער מענטש איז נישט ראוי מען זאל אים ענטפערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#62 - נישט אוועקגיין ביינאכט פון שטוב
שלום בית, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, י' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בני ברק


איך וויל דיר בעטן זאלסט מער נישט אוועקגיין ביינאכט פון שטוב, מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז מען דארף נישט אוועק גיין ביינאכט צו קברי צדיקים דינען דעם אייבערשטן, מען קען דינען דעם אייבערשטן אין שטוב.


מאך זיך נישט נאריש, מאך נישט די זאכן; בלייב אין שטוב, דין דעם אייבערשטן אין שטוב, לעבט מיט דיין ווייב; אז מען מאכט צער פאר די ווייב - באקומט מען א גרויסער שטראף השם ישמרינו, לאז זיך אפ פון די דמיונות און שטותים.


איך האף דו וועסט מיך פאלגן.

#61 - א גרינגערע וועג צו פארן קיין אומאן ראש השנה
תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


א גרויסן יישר כח פארן זיין א שליח ציבור, זיך אזוי זארגן פאר אונז מיר זאלן האבן א גרינגע וועג צו פארן קיין אומאן, צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה הבא עלינו לטובה.


בנוגע וכו'; אוודאי איז מיר ענדערש צו פארן מיט א טשארטער פליגער גלייך קיין מאלדאווע, עס איז נישט גרינג די נסיעה, און אז מען קען זיך גרינגער מאכן, פארן גלייך פון אמעריקע קיין מאלדאווע – איז זיכער כדאי. לאז מיר וויסן אלע פלענער, ווייל אנשי שלומינו ווילן שוין קויפן טיקעטס. עס איז טאקע נאך פרי, מיר זענען אין חודש אדר, אבער די גאנצע יאר דרייט זיך ארום דעם רבינ'ס ראש השנה, אלע בענקען שוין און ווארטן שוין, און מען גרייט זיך צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה.


הויב אן דיין טאג מיט התבודדות, און כאפ זיך ארויף צום ציון ביים הייליגן ריבניצער זכותו יגן עלינו, און בעט דיינע בקשות, מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.

#60 - צו א ציון פון א צדיק קען מען גיין אלעמאל און אין אלע צייטן
קברי צדיקים, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג גיין אין די צייטן וכו'; עס איז דא אסאך מנהגים אין דעם ענין, עס איז דא וואס גייען נישט אין א בית החיים אין די טעג וכו', אנדערע פירן זיך דוקא אין די טעג וכו' גייט מען נישט, אבער אין די טעג וואס מען ציילט - גייט מען יא, אונזער מנהג איז נישט צו גיין אין די טעג אין בית החיים, אבער צו א ציון פון א צדיק קען מען גיין אלעמאל און אין אלע צייטן.


עס איז זייער א גרויסע זאך צו גיין צו קברי צדיקים מתפלל זיין. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ",  ביי קברי צדיקים ווערן אנגענומען די תפילות אפילו דער מענטש איז נישט ווערד מען זאל אויסהערן זיין געבעט; דערפאר איז א גרויסע זאך - סיי פאר מענער, סיי פאר פרויען - צו גיין צו קברי צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים זאל מען זען ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - נעמען די קינדער נאר צו קברי צדיקים און צו רואיגע פלעצער
קברי צדיקים, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


די טריפס וואס מען מאכט - איז נישט לפי רוחי; איך שרייב דיר דאס ווייל די מוסד ווערט גרויס און נישט יעדע זאך פרעגט מען מיר, דו אלס מנהל וויל איך זאלסט וויסן אז די טריפס איז נישט לפי רוחי.


מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט אין יבנאל חדר, אין יבנאל סקול – זיי זאלן נישט גיין הוצקען מיט די קינדער, נאר גיין אויף מקומות הקדושים און אויפן וועג זיך אפשטעלן זיך אויסלופטערן ביי א וואסער, אדער צווישן שיינע גראז און ביימער, עסן און שפילן, אבער נישט גיין אויף סכנה'דיגע פלעצער.


ביי אונז אין אמעריקע איז אויך דא מקומות הקדושים; מען קען נעמען די קינדער קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, קיין מאנסי צום ציון פון ריבניצער רבי זכותו יגן עלינו אדער קיין קווינס צום אוהל, און אויפן וועג קען מען זיך אפשטעלן זען די נאטור, די וואונדער פונעם אייבערשטן.


עס פעלט בכלל נישט אויס נעמען קינדער פאָרן שעות אויף שעות, עס איז נישט לפי רוחי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#58 - גיי מיט די בחורים מזמן לזמן צו קברי צדיקים מתפלל זיין
קברי צדיקים, ישיבה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבה קטנה ירושלים


איך הער זאגן אז דער בחור ... גייט ביינאכט פארברענגען מיט ...; כלומר'יש גייען זיי צו קברי צדיקים. זאג אים ער זאל גיין שלאפן צייטליך און אויפשטיין צייטליך, קומען אין ישיבה לערנען בהתמדה.


דו גיי מיט די בחורים מזמן לזמן צו קברי צדיקים מתפלל זיין, און אויפן וועג קענסטו מיט זיי פארברענגען וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - ביי קברי צדיקים, נעמט מען מער אן די תפילות
התחזקות, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


ווען דו האסט אפאר מינוט - זאלסטו זיך ארויפכאפן צום ציון פון רבינו הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, און דארט זאגן א קאפיטל תהילים און זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן דיינע בקשות.


אזוי אויך, אז דו ביסט אין געגנט פון מאנסי - זאלסטו זיך ארויפכאפן צום ציון פונעם הייליגן ריבניצער זכותו יגן עלינו, דארט בעטן. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", אז מען בעט דעם אייבערשטן ביי קברי צדיקים, אפילו דער וואס איז נישט ווערד מען זאל אננעמען זיינע תפילות - דארט ביי קברי צדיקים - נעמט מען אן די תפילות.


איך פלעג מיטהאלטן, ווען מוהרא"ש איז געווען אין מאנרא און אין מאנסי - האט ער זיך אריבערגעכאפט מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים.


ברודער, אל תתיאש, זיי זיך נישט מייאש, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


ווארט מיט סבלנות

#56 - מיט שמחה וועט זיך עפענען די הימל און איר וועט זען ניסים
קינדער, כיבוד אב ואם, שמחה, קברי צדיקים, רפואה, ראש ישיבה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער. איין זאך זאלט איר טון, זיין נאר פרייליך, מיט שמחה וועט זיך עפענען די הימל און איר וועט זען ניסים.


איך האב אסאך געבעטן פאר אייך אין מירון ביים הייליגן רבי שמעון און ביי אלע צדיקים.


ווערט נישט נערוועז ווען אייער מאמע זאגט אייך איר זאלט עסן דאס, און דאס נישט; מייערן יא און איגערקעס נישט, מילך נישט, נאר דאס און נאר יענץ. איר דארפסט וויסן אז אייערע עלטערן זענען זייער באזארגט פאר אייך, זיי ווילן שוין הערן גוטע נייעס. זיי מעגן זאגן און איר זאלט מכבד זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.


נאר שמחה; טאנצט, פאטשט, זינגט און נאך זאכן וואס מאכט פרייליך.