בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
א גרויסן יישר כח פארן ארויס העלפן אז די חודש'ליכע 'פרויען צוזאמקום' זאל זיך אויסארבעטן; די פרויען קומען אהיים נאכן שיעור פול מיט חיזוק און מוט ווייטער אנצוגיין מיט זייער הייליגע ארבעט.
געבט אכטונג אז בשעת מען שפילט אויף די דרשה זאל דאס זיין גוט אנגעשטעלט, נישט שמאל און לאנג אדער ברייט און קליין. מיין ווייב תחי' האט מיר געזאגט אז די פראדזשעקטאר איז נישט גוט אנגעשטעלט און עס איז א בזיון די וועג ווי אזוי מען ווייזט עס. איך פארשטיי נישט פארוואס עס דארף זיין אזוי שווער אנצושטעלן אז עס זאל זיין ווי עס דארף צו זיין; אויב וועט מען דאס נישט פאררעכטן וועט מען מער נישט אנגרייטן קיין שיעורים צו ווייזן.
שטארקט אייך מיט תפילה; וואס איר דארפט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן. תפילה איז העכער פון אלסדינג, און דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א): "כְּשֶׁזּוֹכִין לִתְפִילָּה אֵין צְרִיכִין לִרְפוּאַת הָעֲשָׂבִים", ווען מען איז זוכה צו בעטן דעם אייבערשטן דארף מען שוין נישט קיין שום מעדעצינען, מען ווערט אויסגעהיילט פון די ברויט וואס מען עסט און פון די וואסער וואס מען טרינקט.