בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תזריע, כ"ח אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך בין נישט געווען דעם פארגאנגענעם שבת אין ישיבה ווייל איך האב געהאט א שמחה; מיין טאטע האט געמאכט שבת שבע ברכות פאר מיין שוועסטער. יעצט האב איך געהערט אז דו האסט געהאט א בזיון וכו', בעט איך דיר זייער זאלסט זיך נישט נעמען צום הארצן וואס האט פאסירט שבת ווען מען האט דיר פארגעהאלטן און דיר פארשעמט פאר'ן צוגיין צום עמוד צייטליך וכו'; איך דאנק דיר אז דו ביסט צוגעגאנגען צום עמוד און געדאוונט, איך טו דאס שוין כמעט פופצן יאר כדאי דער מנין זאל האבן א קיום. די יסוד פון א שול איז 'זמנים'; אויב שטעלט מען זיך דאווענען אויף א באשטומטע צייט האט דער בית המדרש הצלחה, אבער אז נישט - צעפאלט עס.
בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען ביישטיין דעם לעצטן נסיון; דער הייליגער רבי זאגט: "ווען מען קומט שוין אלעס איבער, שטעלט מען מיר פאר א נסיון"; אפילו מען איז שוין ביים רבי'ן, מען איז אלעס בייגעקומען און מען האט זיך דערהאלטן טראץ אלע מניעות, דארף מען זיין שטארק נישט צו ווערן צעפאלן פון א חלישות הדעת און אלעס אפלאזן.
זע צו זיין פון די משפיעים און נישט פון די מקבלים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ח:): "איידי דטרידי סימנין לאפוקי דם - לא בלעי", כל זמן א מענטש ארבעט צו ארויסגעבן נעמט ער נישט אריין אין זיך קיין שום שלעכטס; לייג צו א האנט פאר הפצה, כאפ א זכות און נעם עפעס אויף דיר וואס דו וועסט דאס טון. דו דארפסט קיינעם נישט פרעגן רשות, קיינער איז נישט בעל הבית אויף די ספרים, קונטרסים, שיעורים וכו' וכו'; דאס איז הפקר פאר אלעמען, ווער עס וויל דאס פארשפרייטן און טון - תבוא עליו ברכה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.