בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים; דאס איז דיין חיות, דאס געבט דיר לעבן.
ווען דו ענדיגסט לערנען דעם רבינ'ס ספרים זאלסטו דאס אנהייבן נאכאמאל; דעם רבינ'ס ספרים איז גוט צו לערנען א גאנץ לעבן, דאס איז נישט א לימוד וואס מען לערנט איין מאל און מער נישט, דאס איז א לימוד פאר'ן לעבן, יעדן טאג לערנט מען אביסל פון אלע ספרים; אביסל ליקוטי מוהר"ן, חיי מוהר"ן, שיחות הר"ן ספר המידות און סיפורי מעשיות.
יעדע פון דעם רבינ'ס ספרים האט אנדערע גרויסע סגולות, אנגעהויבן מיט ספר ליקוטי מוהר"ן; דער רבי האט געזאגט: "יְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", ווער עס וועט לערנען זיין ספר ליקוטי מוהר"ן וועט ווערן אן אמת'ער בעל תשובה. נאך האט דער רבי געזאגט: "מִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד, דעם לשון האט דער רבי געזאגט: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען (חיי מוהר"ן, סימן שמט)".
חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן איז דעם רבינ'ס שמועסן; דאס האט א כח צוריק צו קערן דעם מענטש צום אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן.
ספר המידות - האט דער רבי געזאגט: "דאס האט מיר געמאכט פאר א איד", און סיפורי מעשיות: "דאס וועקט אויף פון שלאף (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ס; חיי מוהר"ן, סימן כה)".
וואויל איז דעם וואס לעבט מיט די ספרים, ער לערנט דאס און חזר'ט דאס זיין גאנץ לעבן; וועט ער זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.