בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבה תפארת התורה.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
וויסן זאלסטו אז יעדע זאך וואס דו טוסט אין ישיבה, אנגעהויבן מיט'ן רייניגן, מסדר זיין, פאררעכטן וכו', וכו' – וועט דיר בלייבן פאר אן אייביגע זכות.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "גְּדוֹלָה שִׁמּוּשָׁהּ יוֹתֵר מִלִּמּוּדָהּ", ווען מען איז משמש א צדיק איז דאס אסאך מער ווי ווען מען לערנט תורה פונעם צדיק; ווייל מיט דעם וואס מען איז משמש דעם צדיק ווערט מען א כלי לקבל די יראת שמים און די שכל פונעם צדיק.
דאס וואס דו טוסט האב איך געטון לאנגע יארן, סיי אלץ בחור ביי מיין זיידע; איך האב לאנגע יארן געוואשן דעם בית המדרש און מסדר געווען די ספרים, אזוי אויך פארראכטן און אלעס געטון פאר'ן בית המדרש. אויך ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן און איך האב אנגעהויבן דאווענען אין בית המדרש "היכל הקודש" אין וויליאמסבורג פלעג איך מיט ... נרו יאיר יעדע וואך וואשן לכבוד שבת דעם בית המדרש און די בית הכסא'ס, וכו' וכו'; קיינער האט מיר נישט געבעטן דאס צו טון און קיינער האט נישט געוויסט אז מיר פלעגן דאס טון פאר לאנגע יארן. מיר האבן געשפירט ווי מיר טוען די עבודה אין בית המקדש.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (משנה תמיד ב, ב): "מִיָּמָיו לֹא נִתְעַצֵּל הַכֹּהֵן מִלְּהוֹצִיא אֶת הַדָּשֶׁן", עס האט קיינמאל נישט פאסירט אז מען זאל דארפן בעטן די כהנים זאלן רייניגן דעם מזבח.
דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך ווייטער צו העלפן שיין מאכן די ישיבה, חדר און מיידל סקול, העלף מיר אויפשטעלן מוסדות וואו מיר זענען מחנך אונזערע קינדער מיט די ריינע אמונה. אין דעם זכות וועסטו בקרוב זוכה זיין צו א גוטע שידוך.
זיי מיר מודיע יעדע סיום וואס דו מאכסט; מיין גאנצע חיות איז צו הערן פון נאך א תלמיד אז ער לערנט און איז מסיים מסכתא נאך מסכתא.
פון דיין ראש ישיבה.
...