בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יעדע פרוטה וואס מען לייגט אין פושקע באשיצט דעם מענטש פון שלעכטס
צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין צדקה פאר די ישיבה.


זע צו לייגן אפאר פרוטות פאר צדקה יעדן טאג, אזוי אויך יעדעס מאל ווען דו דארפסט א ישועה געב אפאר פרוטות לצדקה און בעט דעם אייבערשטן דיין בקשה - וועסטו זיכער זען א ישועה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדקה, סימן כז): "יִתֵּן לִצְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם, וְיִהְיֶה תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", מען זאל געבן צדקה מיט ביידע הענט, דורכדעם וועט אנגענומען ווערן די תפילה.


מענטשן האבן נישט קיין השגה אין צדקה, מען ווייסט נישט ווי חשוב יעדע פרוטה איז; יעדע פרוטה וואס מען לייגט אין פושקע באשיצט דעם מענטש פון שלעכטס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): אויפ'ן פסוק (ישעיה נט, יז): "וַיִּלְבַּשׁ צְדָקָה כַּשִּׁרְיָן" - אז צדקה איז אזוי ווי א פאנצער, א פאנצער איז צוזאמגעשטעלט פון אסאך שטיקלעך אייזן און דאס מאכט אז די פייל זאל נישט אריין גיין אינעם מענטש, אזוי אויך ווען מען געבט צדקה נעמען זיך צאם אלע פרוטות וואס מען לייגט אין די פושקע און עס ווערט א גרויסער פאנצער צו באשיצן דעם מענטש.


געב איבער א גריס פאר דיינע עלטערן; זאג זיי אז איך בענק זיך נאך זיי, איך ווארט מען זאל שוין קענען גיין קיין ארץ ישראל; איך בענק זיך זייער צו ארץ ישראל, איך האף בקרוב דיר צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.