בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יעדע פרוי קען מאכן איר מאן פאר א צדיק
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא-פרה, י"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א פרוי האט זייער א שטארקע כח, די פרוי קען מאכן פון איר מאן א גרויסער צדיק און די פרוי קען מאכן פון איר מאן דאס פארקערטע; דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז געווארן אזא גרויסער תנא נאר בזכות זיין ווייב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז, רבי עקיבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים (כתובות סג.): "שֶׁלִּי וְשֶׁלָּכֶם שֶׁלָּהּ הִיא", מיין גאנצע תורה און אייער תורה - איז אלעס בזכות מיין ווייב.


רבי עקיבא איז געווען א פאסטוך ביי איר טאטע - בן כלבא שבוע, ער איז געווען א גרויסער עם הארץ, ער האט נישט געלערנט, ער איז געווען זייער ווייט פון די הייליגע תורה, ער האט פיינט געהאט ערליכע אידן, אזוי ווי ער האט שפעטער דערציילט (פסחים מט:): "מִי יִתֵּן לִי תַּלְמִיד חָכָם, וַאֲנַשְׁכֶנּוּ כַּחֲמוֹר", פאר איך האב געלערנט תורה האב איך אזוי פיינט געהאט א תלמיד חכם, איך האב אים געוואלט פארציקן אזוי ווי אן אייזל פארציקט א צווייטע בעל חי; זיין צוקונפטיגע ווייב האט אים געפרעגט: "אִי מִקַּדַּשְׁנָא לָךְ אָזְלַת לְבֵי רַב?", אויב איך וועל צו דיר חתונה האבן וועסטו גיין אין ישיבה לערנען די הייליגע תורה? האט רבי עקיבא געזאגט: "זיכער וועל איך גיין לערנען תורה", זיי האבן חתונה געהאט, זיין ווייב האט אלעס אוועקגעגעבן אבי ער זאל לערנען, ביז ער איז געווארן דער הייליגער תנא רבי עקיבא; זעט מען פון דעם די כוחות וואס ליגט ביי די פרוי אויפצוהייבן איר מאן ער זאל לערנען און דאווענען, מיט דעם וואס זי געבט אים ליבשאפט און ווארעמקייט וכו'.


פארקערט זעט מען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי סנהדרין כח:): רבי לוי האט גע'דרש'נט זעקס חדשים וואס פאר א רשע אחאב איז געווען ביז אחאב איז געקומען צו אים אין חלום און געפרעגט: "וואס ווילסטו פון מיר, און וואס האסטו קעגן מיר אז דו דרש'נסט נאר די ערשטע חלק פונעם פסוק, וואס זאגט ווי שלעכט איך בין געווען? קוק וואס שטייט אינעם סוף פונעם פסוק - ווער איז שולדיג אין מיין שלעכטס? מיין ווייב האט מיר אנגעהעצט צו טון עבירות, זיי מיר דן לכף זכות, איך האב געהאט א שלעכטע ווייב"; זעט מען אז אפילו אחאב וואס איז פון די (סנהדרין צ.): "שְׁלֹשָׁה מְלָכִים וְאַרְבָּעָה הֶדְיוֹטוֹת שֶׁאֵין לָהֶם חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", דריי קעניגן וואס האבן נישט קיין חלק לעולם הבא, איז דאס ווייל ער האט געהאט א ווייב וואס האט אים חרוב געמאכט.


בעט איך אייך זייער, מאכטס שלום מיט אייער מאן; קוקטס אויף אים מיט א גוט אויג. איר האט א טייערער מאן, ער וויל זיין גוט און ער וועט זיין גוט, יעצט איז ער אויך גוט; זוכטס אויף אין אים גוטס וועט אייך ווערן גוט.


א גוט שבת.