בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יעדעס יאר ביים יום הולדת זאלט איר זיך מקבל זיין נאך א גוטע זאך
קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט ווען איר ווערט א בת מצוה וואונטש איך אייך א ברכה, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויסוואקסן א גרויסע צדקת, איר זאלט שטענדיג זיין פרייליך און האבן הצלחה אין אלע אייערע טואונגען.


זייט זיך מקבל יעצט לכבוד אייער בת מצוה א גוטע זאך פאר אייער לעבן, און יעדע יאר ווען עס קומט אייער יום הולדת זאלט איר זיך מקבל זיין נאך א גוטע זאך און נאך א גוטע זאך.


א כתיבה וחתימה טובה.