בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יעצט בעט דעם אייבערשטן וואס איז דיר נוגע פאר יעצט
תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ו' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, דו בעט דעם אייבערשטן וואס איז נוגע פאר דיר אין דיין יעצטיגן מצב.


אמאל איז א איד געקומען צו רבי נתן נעמען אביסל חיזוק; בכלל דארף מען וויסן אז אלע דיבורים וואס רבי נתן האט גערעדט איז געווען בעיקר פון רעדן צום אייבערשטן און דאס האט ער איבער געגעבן פאר אלע זיינע תלמידים, אז עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף די וועלט נאר צו דינען דעם אייבערשטן - אים צו דאנקען, און ווען מען דארף עפעס זאל מען נאר צו אים מתפלל זיין.


דער איד האט געזאגט פאר רבי נתן אז ער מאכט יעדן טאג התבודדות אזוי ווי רבי נתן האט אים געלערנט, פרעגט אים רבי נתן: "וואס בעטסטו פונעם אייבערשטן?" האט דער איד געענטפערט: "איך בעט זוכה זיין צו מדריגות וכו'", פרעגט אים רבי נתן: "זאג מיר, פרנסה האסטו?" ענטפערט דער איד: "ניין", זאגט אים רבי נתן: "הער מיך צו, דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אויף פרנסה, ווייל דאס איז דיין אמת"; דער אייבערשטער הערט צו אלע תפילות אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמה, יח): "קָרוֹב ה' לְכָל קֹרְאָיו", אבער נאך מער נעמט דער אייבערשטער אן די תפילות וואס איז מיט אן אמת - "לְכֹל אֲשֶׁר יִקְרָאֻהוּ בֶאֱמֶת".


ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו בעטן אויף חתונה האבן, יעצט בעט דעם אייבערשטן וואס איז דיר נוגע פאר יעצט; בעט אים דו זאלסט לערנען און דאווענען, בעט אים דו זאלסט זיך קענען מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע. א מענטש דארף בעטן דעם אייבערשטן וואס עס ליגט אים אויפ'ן הארצן ווייל די תפילות וואס קומט ארויס פון הארץ, דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.