בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - כאפ ארויס יעדן טאג אפאר מינוט תורה
פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב דיך זייער ליב, איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג.


כאפ ארויס יעדן טאג אביסל חומש רש"י און אביסל משניות, און אודאי און אודאי א בלאט גמרא; אפילו דו ביסט פאריאגט צו ברענגען פרנסה - זאלסטו זוכן ווי דו קענסט ארויסכאפן אפאר מינוט תורה. אזוי ווי דער רבי האט אמאל געפרעגט א איד צי ער לערנט יעדן טאג, דער איד האט געזאגט ער האט נישט קיין צייט ער איז פאריאגט צו ברענגען פרנסה, האט אים דער רבי געזאגט: "כאפ ארויס יעדן טאג אביסל צייט צו לערנען תורה".


דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) אז ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה", בפשטות זעט אויס אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט באשטימט א צייט יעדן טאג צו לערנען, אבער דער רבי טייטשט אנדערש, אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט אראפגע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג טראץ זיינע שוועריקייטן און איבערגייאכטס, ווייל קֶבַע איז א לשון פון גְּזֵלָה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג) "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ", זעט מען אז דאס איז א לשון פון גנב'ענען; דאס מיינט מען צו פרעגן דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה", צי ער האט ארויסגעכאפט פון זיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט צו לערנען תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפד).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.