בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאז אפ אלעס און גיי צו דיינע עלטערן
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל מחזק זיין אויף די מצוה פון כיבוד הורים, דו האסט אלטע עלטערן און ווי לאנג נאך וועסטו זיי קענען מחי' זיין און זיי באדינען, עס וועט קומען א צייט וואס דו וועסט זיך נישט קענען פארגעבן אז דו האסט זיי נישט באדינט און זיי מחי' געווען.


אויך אז דו דרייסט זיך נעבן מיר פאלט די שולד אויף מיר, דיינע געשוויסטער האבן צו מיר א טענה היתכן איך נעם דיך אוועק פון קומען צו די עלטערן.


טייערער ליבער ברודער, הלוואי וועסטו מיך אויסהערן און זיך מאכן א קביעות צו גיין צו דיינע עלטערן, זיי מחי' זיין, שמועסן מיט זיי, זיין מיט זיי, לאז אפ אלע עסקנות, לאז אפ אלעס און גיי צו זיי.


איך האב דיר שוין געשריבן פאריאר, יעצט זע איך אז עס העלפט נישט, מען דארף שרייבן און שרייבן ביז מען פועל'ט.