בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ליב האבן דעם מאן, טראץ זיינע נסיונות
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר זענט מחזק און מעודד אייער מאן, ביי אייך איז ממש וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "זָכָה, עוֹזַרְתּוֹ", די ווייב העלפט דעם מאן צו מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות.


בנוגע וכו'; באמת איז אייער מאן זייער טייער, ער איז א גאר גוטער מענטש, און דאס וואס ער איז אריבערגעגאנגען יעצט, אז ער האט טועם געווען פון די סם המות השם ישמרינו, טועם געווען די ביטערע גראז - דאס מאכט אים נישט שלעכט, דאס ווייזט נאר אז ער האט א גרויסע נסיון, וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ", ווי גרעסער מען איז, "יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ", האט מען מער נסיונות וכו', און אז מען איז זוכה מען האט א גוטע ווייב וואס קוקט שיין אויפן מאן, און אפילו ווען זי דערוויסט זיך פון זיינע נסיונות בלייבט די ליבשאפט און זי שטארקט אים, וועט ער מיטן אייבערשטנס הילף ארויסגיין פון דעם און שיין מצליח זיין אין לעבן.


שטארקט אייך און שטארקט אייער מאן. איך האב אים זייער ליב, ער איז זייער טייער, און איך זאג אייך צו אז מיט אייער וועג ווי איר פירט זיך מיט אים, אז איר שטארקט אים מיט גרויס ליבשאפט - וועלן ענק ביידע זייער מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.