בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לייג אוועק אלע אלטע שווארצע ווייטאג און גיי צו דיין טאטע
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין צו דיין טאטע אין שפיטאל אים באזוכן איידער מען גייט אים אפערירן. לייג אוועק אלע דיינע נגיעות, לייג אוועק אלע אלטע שווארצע ווייטאג, גיי צו דיין טאטע, רעד מיט אים און דרוק אים די האנט מיט ליבשאפט, דאס איז דיין מצוה יעצט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.