בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
יעצט אז דיין טאטע דארף צוקומען צו די קינדער'ס הילף, ער האט זיך צעבראכן זיין פוס - זאלסטו אריבערגיין אים העלפן גיין און קומען.
עס איז אזוי נישט שיין צו הערן אז קיינער פון דיינע געשוויסטער קומען נישט, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, און נאר דער ברסלב'ער קינד געבט זיך אפ אזוי געטריי.
לייג אלע אנדערע זאכן אין דער זייט, און טו די מצוה פון כיבוד אב מיט די גאנצע הארץ, כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א), אז דאס איז חמורות שבחמורות, דאס איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.