בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין חשוב'ער מחותן ר' ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן די הודעה.
קודם כל מזל טוב! מזל טוב! צום ניי געבוירענעם אייניקל; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זען שטענדיג נחת אינאיינעם פונעם פארפאלק און פון די אייניקלעך.
בנוגע דעם מנין וכו'; דער עיקר זאלסטו זען אז שבת זאל זיין מנין און בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן גוטע ווארעמע דיבורים צו מחזק זיין די וואס קומען הערן חיזוק.
לייג אריין דיינע כחות אין די קינדער; דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א פאך, דו האסט א שפראך צו קינדער, זאלסטו דאס טון דיין גאנצע לעבן; זאלסט לערנען מיט קינדער.
בפרט יעצט ווען אלע תלמוד תורה'ס זענען פארשלאסן ה' ירחם און קינדער פאלן; עס איז מקוים געווארן דער פסוק (איכה ד, ב-ד): "בְּנֵי צִיּוֹן הַיְקָרִים", וגו', טייערע קינדער וואלגערן זיך אין גאס, "חִבְּקוּ אַשְׁפַּתּוֹת" – השם ישמרינו; זאלסטו זיי צוזאמנעמען און אריינלייגן אין זיי א ליבשאפט צו די תורה, א ליבשאפט צו זיין א איד.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; נישט דא אזא חשוב'ע זאך ווי א מלמד וואס האט סבלנות, ער זיצט מיט אידישע קינדער און לייגט אריין אין זיי אמונה פשוטה, זיי זאלן אויסוואקסן מיט'ן וויסן אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און פירט אלעס.
צום שלום זכר וועל איך נישט קומען, איך וועל זיין שבת אין וויליאמסבורג, אבער צום ברית וועל איך אם ירצה ה' קומען; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין בעתו ובזמנו און מיר זאלן זוכה זיין לגדלו לתורה, לחופה ולמעשים טובים.