בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לייגן א פילטער אויפן טעלעפאן איז נישט קיין פרומע זאך
אינטערנעט, פילטער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


לייגן א פילטער אויפן טעלעפאן איז נישט קיין פרומע זאך, וואס נאר פרומע טוען און דער וואס האט פיינט פרומקייט לייגט נישט; לייגן א פילטער אויפן טעלעפאן איז א זאך וואס אלע דארפן, און זיכער אז מען האט א שטוב מיט קינדער קען דאס זיין זייער שעדליך, עס קען זיך ענדיגן זייער נישט גוט.


דו האסט נישט ליב די תקנות וואס די רבנים מאכן (איך ווייס נישט פארוואס), די אלע תקנות איז נאר דיר צו העלפן, דיינע דורות זאלן בלייבן ערליך.


אויך זעט דיך דיך לעצטנס, דו זעסט נישט אויס פרייליך, זעסט אויס זייער פארזארגט, (קען זיין דאס איז פון זיצן מיטן טעלעפאן), אפשר איז צייט צוריק אנהייבן לערנען יעדן טאג חומש מיטן תרגום, משניות, גמרא, תהילים; די זענען בעסערע חברים פאר דיר ווי די נייע חברים, די טעלעפאן וכו'.