בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - ווען א פילטער אויפ'ן טעלעפאן איז א פארשעמטע זאך
חיזוק פאר מיידלעך, התחזקות, תהלים, תשובה, טעלעפאן, התבודדות, פילטער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס זאלט איר וויסן אז דער אייבערשטער פרייט זיך זייער ווען מען טוט תשובה, ער האט אזוי ליב די וואס ווארפן אוועק זייערע נישט גוטע מעשים און נעמען זיך פאר צו זיין גוט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביזן כסא הכבוד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד) אויפן פסוק (איוב לא, לב): "'בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר', אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, "אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל", מען נעמט יעדן איינעם צוריק "הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה", די טירן זענען שטענדיג אפן, "וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריקקומען צו אים.


אז ביי ענק אין די משפחה, ווער עס וויל זיין ערליך איז פארשעמט; א פילטער אויפן טעלעפאן איז א פארשעמטע זאך - זאלט איר זיך פירן מיט חכמה, דערציילט נישט קיינעם פון אייערע פריוואטע זאכן, גייט צו א געשעפט וואס לייגט ארויף א פילטער און לייגט די שטערקסטע פילטער, איר זאלט נישט קענען קוקן קיין מאוויס און נישט קענען האבן שייכות מיט שלעכטס, קיינער דארף נישט וויסן אז אייער טעלעפאן איז כשר מיט א שטארקע פילטער, טענה'ט נישט מיט קיינעם, ווייל די כח הטומאה איז ליידער זייער שטארק, זיי קומען מיט ליצנות און אזוי פארכאפט מען אין עבירות.


געוואוינט אייך צו, יעדן טאג צו מאכן דריי מינוט התבודדות, התבודדות מיינט רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א זייער נאנטע פריינד, מען דערציילט דעם אייבערשטן אלעס וואס מען גייט אריבער, מען דערציילט דעם אייבערשטן ווי שטארק מען וויל זיין גוט.


גייט אין א שטילע פלאץ, ווי למשל אין אייער פריוואטע צימער, אדער דאס גלייכן, פארמאכט אייך אייערע אויגן און רעדט אויפן קול, נישט צו הויך אבער גענוג הויך איר זאלט עס קענען הערן, און זאגט: "אייבערשטער איך וויל מיט דיר רעדן, איך וויל דיר דערציילן אלעס וואס אויף מיר איז אריבער"; דערציילט אים ווי שטארק איר ווילט זיין גוט און ווי דער יצר הרע האט אייך פארכאפט מיט אייערע נסיונות, בעטס אים ער זאל אייך געבן א גוטע שידוך, א וואוילער מאן וואס האט יראת שמים, וואס וועט גיין דאווענען און זיך מאכן א צייט צו לערנען, אזוי זאלט איר רעדן מיטן אייבערשטן. דאס רעדן צום אייבערשטן וועט אייך אפוואשן, דאס וועט אייך ברענגען צו האבן א שטארקע אמונה, און צו תשובה שלימה.


אויך זאלט איר יעדן טאג זאגן אביסל תהילים, אפאר קאפיטלעך תהילים; דאס וועט אייך העלפן טרעפן אייער שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - דיין נערוועזקייט, דיין אנגעצויגנקייט, לאזט נישט די שפע קומען
טעלעפאן, כעס, אשר בנחל, הצלחה, פילטער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין כעס לאזט דיר נישט פארדינען געלט, דיין נערוועזקייט, דיין אנגעצויגנקייט - לאזט נישט די שפע קומען. דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים שער הזמירות, פרק ה) ווען מען זאגט דעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ" - זאל מען אינזין האבן די ראשי תיבות און די סופי תיבות, די שם פון ח'ת'ך' א'פ'י', מוהרא"ש זאגט פשט, "חתך אפי" אז דו וועסט צעשניידן די נאז, דעם חרון אף, וועסט האבן אריכות אפים - דאס איז די שם פון פרנסה, דו וועסט זוכה זיין צו שפע און צו הצלחה.


פילטער דיינע כלים; דיין קאמפיוטער, דיין טעלעפאן, טעבלעט - וועסטו ווערן רואיגער און פרייליכער. ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א בעל עבירה דורך זיין נאז; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, די נאז מיינט מען די מידה פון כעס, דער וואס איז שטענדיג נערוועז - איז א סימן אז ער איז א נואף, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'", פרעגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן רמט), פארוואס שטייט: "'רַע' בְּעֵינֵי ה'" - ער איז געווען שלעכט אין די אויגן פונעם אייבערשטן, עס וואלט געדארפט שטיין: "'רָשָׁע' בְּעֵינֵי ה'", נאר ווייל ווער עס טוט די עבירה פון ער ואונן, ער איז פוגם בברית, ווערט א 'רַע' - א שלעכטער מענטש; ער שרייט אויף יעדע זאך, ער שרייט אויף אלע ארום אים, אלע זעען און ווייסן אז דער מענטש איז א בעל עבירה, מען ווערט געוואויר זיין גאנצע עבר וכו'.


וויפיל ביסטו גרייט צו פארלירן וועגן די תאווה פון האבן א סמארטפאון? וויפיל ביסטו גרייט אוועק צו געבן פון דיין לעבן, פון דיין שלות הנפש, מנוחת הנפש - צוליב דעם אינטערנעט? א שאד זיך צו מוטשען.


מאך זיך א שיעור אין דעם הייליגן ספר אשר בנחל, דאס וועט דיך אזוי מחזק זיין און דאס וועט דיך נישט לאזן פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - די קיאסק זאל זיין הונדערט פראצענט געפילטערט
פילטער, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, שובבי"ם, כ' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואס קען מען טון אז די קיאסק זאל זיין הונדערט פראצענט געפילטערט? איך האב שוין אזויפיל מאל געבעטן זאלסט זיכער מאכן אז די קיאסק איז כשר און נאכאלץ זאגן מיר אינגעלייט אז זיי פאלן אדורך, זיי האבן וועגן ווי צו עפענען די קאמפיוטער און קוקן מאוויס, אם כן מה הועילו חכמים בתקנתן, אויב אזוי וואס דארף דיך דעם קיאסק...


איך בעט דיר נאכאמאל, טו אלעס עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול דורך אונז.


 

#4 - עס מוז זיין א גוטע פילטער אויף אלע קאמפיוטערס
שטעטל, קאמפיוטער, אידישע שטוב, פילטער, קיאסק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס טוט מיר וויי צו הערן אז די קאמפיוטערס ביי די קיאסק איז נישט געפילטערט. איך וויל דיר נאכאמאל בעטן דו זאלסט שטיין אויף די וואך עס זאל זיין א גוטע פילטער אויף אלע קאמפיוטערס, טעלעפאונס און טעבלעטס ביי אונז אין די מוסד, עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול מתחת ידינו.


אויב עס האט נישט קיין פילטער - זאלסטו פארשפארן די קיאסק.


אז מען רעדט שוין, וויל איך דיר בעטן זאלסט מאכן די קיאסק דאס מערסטע באקוועם וואס איז שייך און דאס צושטעלן צו די געברויך פון אנשי שלומינו, אזוי וועט זיין גרינגער פאר די אינגעלייט ביי אונז אין די קהילה צו זיין אפגעהיטן פון האבן א טעלעפאן, טעבלעט, לעפטאפ וכדומה - אין שטוב און אין קאר.


איך וויל אזוי שטארק אונזערע קינדער זאלן באקומען א גוטע חינוך, זיי זאלן האבן אן אפגעהיטענע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#3 - אלע קאמפיוטערס אינעם בית הדפוס זאלן זיין געפילטערט
הדפסה, קאמפיוטער, פילטער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ט"ז שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


אודאי דארפסטו זיכער מאכן אז ער האט א פילטער; ווער עס קומט אריין אינעם בנין פון הדפסה ארבעטן מיט א קאמפיוטער - איז אונטער דיין אחריות.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אז אלע וואס ארבעטן אינעם בית הדפוס מיט קאמפיוטערס זאל דאס זיין געפילטערט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - הרג'ע נישט דיינע אייגענע קינדער
חינוך הילדים, טעלעפאן, אינטערנעט, פילטער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ...


נעכטן בין איך געווען אין קעמפ, מחנה בית פיגא, דיין טאכטער איז צו מיר געקומען מיט א געוויין, זי זאגט מיר זי איז זייער דערשראקן ווייל איינע פון די לערערינס האבן געגעבן א שיעור איבער דאס שעדליכקייט פון קוקן מאוויס, קוקן שלעכטע זאכן; אז דאס שטערט פונעם לעבן, שפעטער נאך די חתונה לויפט נאך די עקלדיגע בילדער, עקלדיגע מאוויס; מען קען נישט האבן א נאטירליכע לעבן מיט די מאן.


איך האב איר געפרעגט: "נו, וואס וויינסטו? וואס ביסטו דערשראקן?" איך ווייס אז זי איז א ריינע מיידל, זי קומט פון א ריינע שטוב; זאגט זי מיר: "איך קוק שלעכטע זאכן", פרעג איך איר מיט וואונדער: "וואו?" זאגט זי מיר: "אויף מיין טאטע'ס טעלעפאן..." איך האב געמיינט איך פאל חלשות...


א טאטע מאמע שלאפן זיך רואיג, זיי זענען קלוגער פון אלע רבנים, זיי זענען קלוגער פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס זאגן און וויינען צום דור: "ברענגט נישט אריין קיין נישט כשר'ע טעלעפאן אין שטוב, הרג'עט נישט אייערע קינדער".


איך בין נישט ביי זיך, איך וויין פאר דיינע קינדער, אומשולדיגע שעפעלעך, אומשולדיגע ריינע נשמות (אמאל געווען ריין), ווי זיי פאלן קרבנות צוליב עלטערן וואס האלטן זיך קלוגער, זיי האבן א טעלעפאן אין שטוב אן א פילטער; גיוואלד, וואס איז מיט די לאו פון "לֹא תָשִׂים דָּמִים בְּבֵיתֶךָ" (דברים כב, ח), זאלסט נישט צוברענגען עס זאל זיך גיסן בלוט ביי דיר אין שטוב!


איך בין געבינדן די הענט, איך קען דיר דעם בריוו נישט שיקן, ווייל דו וועסט אנשרייען דיין טאכטער פארוואס זי האט דערציילט שלעכטס אויף דיר, זי האט מיר געבעטן עס זאל בלייבן א סוד. איך שטעל אריין דעם בריוו אינעם קונטרס עצתו אמונה; דו זאגסט מיר אז דו ליינסט די בריוו יעדע וואך, הגם עס איז אינטערעסאנט צו הערן אז דו ליינסט די בריוו, האסטו שוין זיכער געזען צענדליגער בריוו איבער נישט האבן אין שטוב קיין טעלעפאן, ווי שעדליך דאס איז.


איך האף צום אייבערשטן אז גלייך נאכן ליינען דעם בריוו וועסטו גלייך צעשמעטערן דיינע כלים און ארויפלייגן א פילטער אויף די וואס דו דארפסט האבן, צו ראטעווען דיינע קינדער און אייניקלעך, און אלע דורות זאלן בלייבן ערליכע אידן.

#1 - א טעלעפאן אן א פילטער איז זייער שרעקעדיג
תפילה והתבודדות, שידוכים, עבירות, טעלעפאן, פילטער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


יעצט איז אפאר מינוט פאר'ן זמן שבת קודש, איך האב געהערט אז דו האסט א טעלעפאן אן קיין פילטער.


עס טוט מיר אזוי וויי; איך האף דו וועסט זיך קענען שטארקן אויף דעם נסיון און דאס אוועקווארפן, ווייל טייערער ליבער ..., אויב מען היט נישט די אויגן, מען קוקט עבירות - פארלירט מען אלעס! מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט.


איך האב אזוי רחמנות אויף דיינע טייערע עלטערן, און איך האב רחמנות אויף דיר; איך קוק אזוי ארויס אז דו וועסט אויפשטעלן אן ערליכע שטוב, יעצט אז דו האסט א טעלעפאן אן א פילטער - ווער ווייסט וואו דאס וועט דיר אוועקטראגן...


טייערער ... נרו יאיר, נעם די עצה פון רבי'ן, זיי זיך מתבודד; רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר געבן כח צו זיין ערליך.


עס איז ממש א שאד, דו ביסט יעצט אין די יארן פון א שידוך, איך פרוביר דיר צו מאכן א שידוך, אבער אז דו האסט א טעלעפאן אן א פילטער - איז זייער שרעקעדיג, ווייל קודם פארלירט מען די געפיל צו רוחניות, צו דאווענען און לערנען, און נאכדעם פארלירט מען די געפיל צו אלעס, אפילו צו די וועלט; מען קען נישט לעבן מיט א ווייב, מען קען נישט ערציען קינדער, מען פארלירט אלעס.


איך בעט דיר זייער, נעם אן מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר פון מיין הארץ, איך ווארט זאלסט מיר ענטפערן; אדער קום רעדן מיט מיר, אדער בכתב.


א גוט שבת.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב און ווארט צו זען נחת ביי דיר.