בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
שטארקט אייך מיטן מתרגם זיין די בריוון פון עצתו אמונה אויף ענגליש, פאר די וואס פארשטייען נישט די אידישע שפראך.
עס איז אזוי שיין איבערגעטייטשט, און מען הערט צוריק גריסן פון אזויפיל מענטשן וואס זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים פון "די ליכט פון אמונה".
דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט נחת און געזונט און הצלחה, און איר זאלט ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט פון מזכה זיין נשמות ישראל לאביהם שבשמים.